Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און אין זיבעטן חוֹדש, אין ערשטן טאָג פֿון חוֹדש, זאָל זײַן אַ הײליקע צונױפֿרופֿונג בײַ אײַך, קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן; אַ טאָג פֿון שאַלונג זאָל עס אײַך זײַן. 2 און איר זאָלט מאַכן אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט: אײן יונגן אָקס, אײן װידער, זיבן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. 3 און זײער שפּײַזאָפּפֿער: זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, דרײַ צענטל צו דעם אָקס, צװײ צענטל צו דעם װידער, 4 און אײן צענטל צו איטלעכן שעפּס פֿון די זיבן שעפּסן. 5 און אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער, מכפּר צו זײַן אױף אײַך. 6 אַחוץ דעם בראַנדאָפּפֿער פֿון רֹאש-חוֹדש און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײערע גיסאָפּפֿער, לױט זײער דין, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט. 7 און אין צענטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן זיבעטן חוֹדש זאָל זײַן אַ הײליקע צונױפֿרופֿונג בײַ אײַך; און איר זאָלט פּײַניקן אײַער זעל; קײן אַרבעט זאָלט איר ניט טאָן. 8 און איר זאָלט מקריבֿ זײַן אַ בראַנדאָפּפֿער צו גאָט פֿאַר אַ געשמאַקן ריח: אײן יונגן אָקס, אײן װידער, זיבן שעפּסן יאָריקע; אָן אַ פֿעלער זאָלן זײ בײַ אײַך זײַן. 9 און זײער שפּײַזאָפּפֿער: זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, דרײַ צענטל צו דעם אָקס, צװײ צענטל צו דעם אײן װידער; 10 צו צענטל, צו צענטל פֿאַר איטלעכן שעפּס פֿון די זיבן שעפּסן. 11 אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם זינדאָפּפֿער פֿון פֿאַרגעבונג, און דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײערע גיסאָפּפֿער.
12 און אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון זיבעטן חוֹדש זאָל זײַן אַ הײליקע צונױפֿרופֿונג בײַ אײַך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן. און איר זאָלט פֿײַערן אַ פֿײַערטאָג צו גאָט זיבן טעג. 13 און איר זאָלט מקריבֿ זײַן אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט: דרײַצן יונגע אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע; אָן אַ פֿעלער זאָלן זײ זײַן. 14 און זײער שפּײַזאָפּפֿער: זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, דרײַ צענטל צו איטלעכן אָקס פֿון די דרײַצן אָקסן, צװײ צענטל צו איטלעכן װידער פֿון די צװײ װידערס, 15 און צו צענטל, צו צענטל פֿאַר איטלעכן שעפּס פֿון די פֿערצן שעפּסן. 16 און אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער. זײַן שפּײַזאָפּפֿער און זײַן גיסאָפּפֿער. 17 און אױפֿן צװײטן טאָג: צװעלף יונגע אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. 18 און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל, אַזױ װי דער דין. 19 און אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײערע גיסאָפּפֿער. 20 און אױפֿן דריטן טאָג: עלף יונגע אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. 21 און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי דער דין. 22 און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער און זײַן גיסאָפּפֿער. 23 און אױפֿן פֿירטן טאָג: צען אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. 24 און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי דער דין. 25 און אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײַן גיסאָפּפֿער. 26 און אױפֿן פֿינפֿטן טאָג: נײַן אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. 27 און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי דער דין. 28 און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײַן גיסאָפּפֿער. 29 און אױפֿן זעקסטן טאָג: אַכט אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. 30 און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי דער דין. 31 און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײַנע גיסאָפּפֿער.
32 און אױפֿן זיבעטן טאָג: זיבן אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. 33 און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי זײער דין. 34 און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײַן גיסאָפּפֿער.
35 אױפֿן אַכטן טאָג זאָל זײַן אַ הײליקע אײַנזאַמלונג בײַ אײַך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן. 36 און איר זאָלט מקריבֿ זײַן אַ בראַנדאָפּפֿער, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט: אײן אָקס, אײן װידער, זיבן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. 37 זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו דעם אָקס, צו דעם װידער, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי דער דין. 38 און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײַן גיסאָפּפֿער. 39 די דאָזיקע זאָלט איר מאַכן צו גאָט אין אײַערע יָום-טוֹבֿים, אַחוץ אײַערע נדרים, און אײַערע פֿרײַװיליקע גאָבן, פֿון אײַערע בראַנדאָפּפֿער, און פֿון אײַערע שפּײַזאָפּפֿער און פֿון אײַערע גיסאָפּפֿער, און פֿון אײַערע פֿרידאָפּפֿער.
עברית
1 וּבַחֹ֨דֶשׁ הַשְּׁבִיעִ֜י בְּאֶחָ֣ד לַחֹ֗דֶשׁ מִֽקְרָא־קֹ֙דֶשׁ֙ יִהְיֶ֣ה לָכֶ֔ם כָּל־מְלֶ֥אכֶת עֲבֹדָ֖ה לֹ֣א תַעֲשׂ֑וּ י֥וֹם תְּרוּעָ֖ה יִהְיֶ֥ה לָכֶֽם׃ 2 וַעֲשִׂיתֶ֨ם עֹלָ֜ה לְרֵ֤יחַ נִיחֹ֙חַ֙ לַֽיהוָ֔ה פַּ֧ר בֶּן־בָּקָ֛ר אֶחָ֖ד אַ֣יִל אֶחָ֑ד כְּבָשִׂ֧ים בְּנֵי־שָׁנָ֛ה שִׁבְעָ֖ה תְּמִימִֽם׃ 3 וּמִנְחָתָ֔ם סֹ֖לֶת בְּלוּלָ֣ה בַשָּׁ֑מֶן שְׁלֹשָׁ֤ה עֶשְׂרֹנִים֙ לַפָּ֔ר שְׁנֵ֥י עֶשְׂרֹנִ֖ים לָאָֽיִל׃ 4 וְעִשָּׂר֣וֹן אֶחָ֔ד לַכֶּ֖בֶשׂ הָאֶחָ֑ד לְשִׁבְעַ֖ת הַכְּבָשִֽׂים׃ 5 וּשְׂעִיר־עִזִּ֥ים אֶחָ֖ד חַטָּ֑את לְכַפֵּ֖ר עֲלֵיכֶֽם׃ 6 מִלְּבַד֩ עֹלַ֨ת הַחֹ֜דֶשׁ וּמִנְחָתָ֗הּ וְעֹלַ֤ת הַתָּמִיד֙ וּמִנְחָתָ֔הּ וְנִסְכֵּיהֶ֖ם כְּמִשְׁפָּטָ֑ם לְרֵ֣יחַ נִיחֹ֔חַ אִשֶּׁ֖ה לַיהוָֽה׃   ס 7 וּבֶעָשׂוֹר֩ לַחֹ֨דֶשׁ הַשְּׁבִיעִ֜י הַזֶּ֗ה מִֽקְרָא־קֹ֙דֶשׁ֙ יִהְיֶ֣ה לָכֶ֔ם וְעִנִּיתֶ֖ם אֶת־נַפְשֹׁתֵיכֶ֑ם כָּל־מְלָאכָ֖ה לֹ֥א תַעֲשֽׂוּ׃ 8 וְהִקְרַבְתֶּ֨ם עֹלָ֤ה לַֽיהוָה֙ רֵ֣יחַ נִיחֹ֔חַ פַּ֧ר בֶּן־בָּקָ֛ר אֶחָ֖ד אַ֣יִל אֶחָ֑ד כְּבָשִׂ֤ים בְּנֵֽי־שָׁנָה֙ שִׁבְעָ֔ה תְּמִימִ֖ם יִהְי֥וּ לָכֶֽם׃ 9 וּמִנְחָתָ֔ם סֹ֖לֶת בְּלוּלָ֣ה בַשָּׁ֑מֶן שְׁלֹשָׁ֤ה עֶשְׂרֹנִים֙ לַפָּ֔ר שְׁנֵי֙ עֶשְׂרֹנִ֔ים לָאַ֖יִל הָאֶחָֽד׃ 10 עִשָּׂרוֹן֙ עִשָּׂר֔וֹן לַכֶּ֖בֶשׂ הָאֶחָ֑ד לְשִׁבְעַ֖ת הַכְּבָשִֽׂים׃ 11 שְׂעִיר־עִזִּ֥ים אֶחָ֖ד חַטָּ֑את מִלְּבַ֞ד חַטַּ֤את הַכִּפֻּרִים֙ וְעֹלַ֣ת הַתָּמִ֔יד וּמִנְחָתָ֖הּ וְנִסְכֵּיהֶֽם׃   פ
12 וּבַחֲמִשָּׁה֩ עָשָׂ֨ר י֜וֹם לַחֹ֣דֶשׁ הַשְּׁבִיעִ֗י מִֽקְרָא־קֹ֙דֶשׁ֙ יִהְיֶ֣ה לָכֶ֔ם כָּל־מְלֶ֥אכֶת עֲבֹדָ֖ה לֹ֣א תַעֲשׂ֑וּ וְחַגֹּתֶ֥ם חַ֛ג לַיהוָ֖ה שִׁבְעַ֥ת יָמִֽים׃ 13 וְהִקְרַבְתֶּ֨ם עֹלָ֜ה אִשֵּׁ֨ה רֵ֤יחַ נִיחֹ֙חַ֙ לַֽיהוָ֔ה פָּרִ֧ים בְּנֵי־בָקָ֛ר שְׁלֹשָׁ֥ה עָשָׂ֖ר אֵילִ֣ם שְׁנָ֑יִם כְּבָשִׂ֧ים בְּנֵֽי־שָׁנָ֛ה אַרְבָּעָ֥ה עָשָׂ֖ר תְּמִימִ֥ם יִהְיֽוּ׃ 14 וּמִנְחָתָ֔ם סֹ֖לֶת בְּלוּלָ֣ה בַשָּׁ֑מֶן שְׁלֹשָׁ֨ה עֶשְׂרֹנִ֜ים לַפָּ֣ר הָֽאֶחָ֗ד לִשְׁלֹשָׁ֤ה עָשָׂר֙ פָּרִ֔ים שְׁנֵ֤י עֶשְׂרֹנִים֙ לָאַ֣יִל הָֽאֶחָ֔ד לִשְׁנֵ֖י הָאֵילִֽם׃ 15 וְעִשָּׂרׄוֹן֙ עִשָּׂר֔וֹן לַכֶּ֖בֶשׂ הָאֶחָ֑ד לְאַרְבָּעָ֥ה עָשָׂ֖ר כְּבָשִֽׂים׃ 16 וּשְׂעִיר־עִזִּ֥ים אֶחָ֖ד חַטָּ֑את מִלְּבַד֙ עֹלַ֣ת הַתָּמִ֔יד מִנְחָתָ֖הּ וְנִסְכָּֽהּ׃   ס 17 וּבַיּ֣וֹם הַשֵּׁנִ֗י פָּרִ֧ים בְּנֵי־בָקָ֛ר שְׁנֵ֥ים עָשָׂ֖ר אֵילִ֣ם שְׁנָ֑יִם כְּבָשִׂ֧ים בְּנֵי־שָׁנָ֛ה אַרְבָּעָ֥ה עָשָׂ֖ר תְּמִימִֽם׃ 18 וּמִנְחָתָ֣ם וְנִסְכֵּיהֶ֡ם לַ֠פָּרִים לָאֵילִ֧ם וְלַכְּבָשִׂ֛ים בְּמִסְפָּרָ֖ם כַּמִּשְׁפָּֽט׃ 19 וּשְׂעִיר־עִזִּ֥ים אֶחָ֖ד חַטָּ֑את מִלְּבַד֙ עֹלַ֣ת הַתָּמִ֔יד וּמִנְחָתָ֖הּ וְנִסְכֵּיהֶֽם׃   ס 20 וּבַיּ֧וֹם הַשְּׁלִישִׁ֛י פָּרִ֥ים עַשְׁתֵּי־עָשָׂ֖ר אֵילִ֣ם שְׁנָ֑יִם כְּבָשִׂ֧ים בְּנֵי־שָׁנָ֛ה אַרְבָּעָ֥ה עָשָׂ֖ר תְּמִימִֽם׃ 21 וּמִנְחָתָ֣ם וְנִסְכֵּיהֶ֡ם לַ֠פָּרִים לָאֵילִ֧ם וְלַכְּבָשִׂ֛ים בְּמִסְפָּרָ֖ם כַּמִּשְׁפָּֽט׃ 22 וּשְׂעִ֥יר חַטָּ֖את אֶחָ֑ד מִלְּבַד֙ עֹלַ֣ת הַתָּמִ֔יד וּמִנְחָתָ֖הּ וְנִסְכָּֽהּ׃   ס 23 וּבַיּ֧וֹם הָרְבִיעִ֛י פָּרִ֥ים עֲשָׂרָ֖ה אֵילִ֣ם שְׁנָ֑יִם כְּבָשִׂ֧ים בְּנֵֽי־שָׁנָ֛ה אַרְבָּעָ֥ה עָשָׂ֖ר תְּמִימִֽם׃ 24 מִנְחָתָ֣ם וְנִסְכֵּיהֶ֡ם לַ֠פָּרִים לָאֵילִ֧ם וְלַכְּבָשִׂ֛ים בְּמִסְפָּרָ֖ם כַּמִּשְׁפָּֽט׃ 25 וּשְׂעִיר־עִזִּ֥ים אֶחָ֖ד חַטָּ֑את מִלְּבַד֙ עֹלַ֣ת הַתָּמִ֔יד מִנְחָתָ֖הּ וְנִסְכָּֽהּ׃   ס 26 וּבַיּ֧וֹם הַחֲמִישִׁ֛י פָּרִ֥ים תִּשְׁעָ֖ה אֵילִ֣ם שְׁנָ֑יִם כְּבָשִׂ֧ים בְּנֵֽי־שָׁנָ֛ה אַרְבָּעָ֥ה עָשָׂ֖ר תְּמִימִֽם׃ 27 וּמִנְחָתָ֣ם וְנִסְכֵּיהֶ֡ם לַ֠פָּרִים לָאֵילִ֧ם וְלַכְּבָשִׂ֛ים בְּמִסְפָּרָ֖ם כַּמִּשְׁפָּֽט׃ 28 וּשְׂעִ֥יר חַטָּ֖את אֶחָ֑ד מִלְּבַד֙ עֹלַ֣ת הַתָּמִ֔יד וּמִנְחָתָ֖הּ וְנִסְכָּֽהּ׃   ס 29 וּבַיּ֧וֹם הַשִּׁשִּׁ֛י פָּרִ֥ים שְׁמֹנָ֖ה אֵילִ֣ם שְׁנָ֑יִם כְּבָשִׂ֧ים בְּנֵי־שָׁנָ֛ה אַרְבָּעָ֥ה עָשָׂ֖ר תְּמִימִֽם׃ 30 וּמִנְחָתָ֣ם וְנִסְכֵּיהֶ֡ם לַ֠פָּרִים לָאֵילִ֧ם וְלַכְּבָשִׂ֛ים בְּמִסְפָּרָ֖ם כַּמִּשְׁפָּֽט׃ 31 וּשְׂעִ֥יר חַטָּ֖את אֶחָ֑ד מִלְּבַד֙ עֹלַ֣ת הַתָּמִ֔יד מִנְחָתָ֖הּ וּנְסָכֶֽיהָ׃   פ
32 וּבַיּ֧וֹם הַשְּׁבִיעִ֛י פָּרִ֥ים שִׁבְעָ֖ה אֵילִ֣ם שְׁנָ֑יִם כְּבָשִׂ֧ים בְּנֵי־שָׁנָ֛ה אַרְבָּעָ֥ה עָשָׂ֖ר תְּמִימִֽם׃ 33 וּמִנְחָתָ֣ם וְנִסְכֵּהֶ֡ם לַ֠פָּרִים לָאֵילִ֧ם וְלַכְּבָשִׂ֛ים בְּמִסְפָּרָ֖ם כְּמִשְׁפָּטָֽם׃ 34 וּשְׂעִ֥יר חַטָּ֖את אֶחָ֑ד מִלְּבַד֙ עֹלַ֣ת הַתָּמִ֔יד מִנְחָתָ֖הּ וְנִסְכָּֽהּ׃   פ
35 בַּיּוֹם֙ הַשְּׁמִינִ֔י עֲצֶ֖רֶת תִּהְיֶ֣ה לָכֶ֑ם כָּל־מְלֶ֥אכֶת עֲבֹדָ֖ה לֹ֥א תַעֲשֽׂוּ׃ 36 וְהִקְרַבְתֶּ֨ם עֹלָ֜ה אִשֵּׁ֨ה רֵ֤יחַ נִיחֹ֙חַ֙ לַֽיהוָ֔ה פַּ֥ר אֶחָ֖ד אַ֣יִל אֶחָ֑ד כְּבָשִׂ֧ים בְּנֵי־שָׁנָ֛ה שִׁבְעָ֖ה תְּמִימִֽם׃ 37 מִנְחָתָ֣ם וְנִסְכֵּיהֶ֗ם לַפָּ֨ר לָאַ֧יִל וְלַכְּבָשִׂ֛ים בְּמִסְפָּרָ֖ם כַּמִּשְׁפָּֽט׃ 38 וּשְׂעִ֥יר חַטָּ֖את אֶחָ֑ד מִלְּבַד֙ עֹלַ֣ת הַתָּמִ֔יד וּמִנְחָתָ֖הּ וְנִסְכָּֽהּ׃ 39 אֵ֛לֶּה תַּעֲשׂ֥וּ לַיהוָ֖ה בְּמוֹעֲדֵיכֶ֑ם לְבַ֨ד מִנִּדְרֵיכֶ֜ם וְנִדְבֹתֵיכֶ֗ם לְעֹלֹֽתֵיכֶם֙ וּלְמִנְחֹ֣תֵיכֶ֔ם וּלְנִסְכֵּיכֶ֖ם וּלְשַׁלְמֵיכֶֽם׃