אידיש
1
האָט גאָט געזאָגט צו משהן און צו אֶלעָזָר דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן, אַזױ צו זאָגן:
2
נעמט אױף די צאָל פֿון דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, איטלעכן װאָס גײט אַרױס אין חיל אין ישׂראל.
3
און משה און אֶלעָזָר דער כֹּהן האָבן גערעדט מיט זײ אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ בײַם יַרדן לעבן יריחו, אַזױ צו זאָגן:
4
מע זאָל אױפֿנעמען פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן, און די קינדער פֿון ישׂראל װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם.
5
ראובֿן, דער בכָור פֿון ישׂראלן: די קינדער פֿון ראובֿן: חַנוֹך – די משפּחה פֿון די חַנוֹכים; פֿון פּלואן די משפּחה פֿון די פּלואים;
6
פֿון חֶצרוֹנען די משפּחה פֿון די חֶצרוֹנים; פֿון כַּרמין די משפּחה פֿון די כַּרמים.
7
דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די ראובֿנים; און זײערע געצײלטע זײַנען געװען דרײַ און פֿערציק טױזנט און זיבן הונדערט און דרײַסיק.
8
און די זין פֿון פּלואן: אֶליאָבֿ. און די זין פֿון אֶליאָבֿן:
9
נמואֵל, און דָתָן, און אַבֿירָם. דאָס זײַנען דָתָן און אַבֿירָם, די גערופֿענע פֿון דער עדה, װאָס האָבן געקריגט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען אין קֹרַחס געזעמל, װען זײ האָבן געקריגט אַקעגן גאָט;
10
און די ערד האָט געעפֿנט איר מױל, און האָט אײַנגעשלונגען זײ און קֹרַחן, װען דאָס געזעמל איז אומגעקומען; װען אַ פֿײַער האָט פֿאַרצערט די צװײ הונדערט און פֿופֿציק מאַן, און זײ זײַנען געװאָרן פֿאַר אַ צײכן.
11
אָבער קֹרַחס זין זײַנען ניט אומגעקומען.
12
די קינדער פֿון שמעון לױט זײערע משפּחות: פֿון נמואֵלן די משפּחה פֿון די נמואֵלים; פֿון יָמינען די משפּחה פֿון די יָמינים; פֿון יָכינען די משפּחה פֿון די יָכינים;
13
פֿון זֶרַחן די משפּחה פֿון די זַרכים; פֿון שָאולן די משפּחה פֿון די שָאולים.
14
דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די שמעוֹנים, צװײ און צװאַנציק טױזנט און צװײ הונדערט.
15
די קינדער פֿון גָד לױט זײערע משפּחות: פֿון צפֿוֹנען די משפּחה פֿון די צפֿוֹנים; פֿון חַגין די משפּחה פֿון די חַגים; פֿון שונין די משפּחה פֿון די שונים;
16
פֿון אָזנין די משפּחה פֿון די אָזנים; פֿון עֵרין די משפּחה פֿון די עֵרים;
17
פֿון אַרוֹדן די משפּחה פֿון די אַרוֹדים; פֿון אַראֵלין די משפּחה פֿון די אַראֵלים.
18
דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די קינדער פֿון גָד לױט זײערע געצײלטע, פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט.
19
די זין פֿון יהודהן: עֵר און אוֹנָן. און עֵר און אוֹנָן זײַנען געשטאָרבן אין לאַנד כּנַעַן.
20
און די קינדער פֿון יהודה לױט זײערע משפּחות זײַנען געװען: פֿון שלהן די משפּחה פֿון די שֵלוֹנים; פֿון פּרֶצן די משפּחה פֿון פּרצים; פֿון זֶרַחן די משפּחה פֿון די זַרחים.
21
און די קינדער פֿון פּרֶץ זײַנען געװען: פֿון חֶצרוֹנען די משפּחה פֿון די חֶצרוֹנים; פֿון חָמולן די משפּחה פֿון די חָמולים.
22
דאָס זײַנען די משפּחות פֿון יהודה לױט זײערע געצײלטע, זעקס און זיבעציק טױזנט און פֿינף הונדערט.
23
די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר לױט זײערע משפּחות: תּוֹלָע – די משפּחה פֿון די תּוֹלָעִים; פֿון פּווָהן די משפּחה פֿון די פּונים;
24
פֿון יָשובֿן די משפּחה פֿון די יָשובֿים; פֿון שִמרוֹנען די משפּחה פֿון די שִמרוֹנים.
25
דאָס זײַנען די משפּחות פֿון יִשׂשָׂכָר לױט זײערע געצײלטע, פֿיר און זעכציק טױזנט און דרײַ הונדערט.
26
די קינדער פֿון זבֿולון לױט זײערע משפּחות: פֿון סֶרֶדן די משפּחה פֿון די סַרדים; פֿון אֵלוֹנען די משפּחה פֿון די אֵלוֹנים; פֿון יַחלאֵלן די משפּחה פֿון די יַחלאֵלים.
27
דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די זבֿולוֹנים לױט זײערע געצײלטע, זעכציק טױזנט און פֿינף הונדערט.
28
די קינדער פֿון יוֹסף לױט זײערע משפּחות: מנשה און אפֿרים.
29
די קינדער פֿון מנשה: פֿון מָכירן די משפּחה פֿון די מָכירים; און מָכיר האָט געבאָרן גִלעָדן; פֿון גִלעָדן די משפּחה פֿון די גִלעָדים.
30
דאָס זײַנען די קינדער פֿון גִלעָד: איעֶזֶר – די משפּחה פֿון די איעֶזרים; פֿון חֵלֶקן די משפּחה פֿון די חֶלקים;
31
און אַשׂריאֵל – די משפּחה פֿון די אַשׂריאֵלים; און שכֶם – די משפּחה פֿון די שִכמים;
32
און שמידָע – די משפּחה פֿון די שמידָעִים; און חֵפֿר – די משפּחה פֿון די חֶפֿרים.
33
און צלָפֿחָד דער זון פֿון חֵפֿרן, ער האָט ניט געהאַט קײן זין, נאָר בלױז טעכטער; און די נעמען פֿון צלָפֿחָדס טעכטער זײַנען געװען: מַחלָה, און נוֹעָה, חָגלָה, מִלכָּה, און תִּרצָה.
34
דאָס זײַנען די משפּחות פֿון מנשה; און זײערע געצײלטע זײַנען געװען צװײ און פֿופֿציק טױזנט און זיבן הונדערט.
35
דאָס זײַנען די קינדער פֿון אפֿרים לױט זײערע משפּחות: פֿון שותֶלַחן די משפּחה פֿון די שותַלחים; פֿון בכֶרן די משפּחה פֿון די בכרים; פֿון תַּחַנען די משפּחה פֿון די תַּחנים.
36
און דאָס זײַנען די קינדער פֿון שותֶלַח: פֿון עֵרָנען די משפּחה פֿון די עֵרָנים.
37
דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די קינדער פֿון אפֿרים לױט זײערע געצײלטע, צװײ און דרײַסיק טױזנט און פֿינף הונדערט. דאָס זײַנען די קינדער פֿון יוֹסף לױט זײערע משפּחות.
38
די קינדער פֿון בנימינען לױט זײערע משפּחות: פֿון בֶלַען די משפּחה פֿון די בַלעִים; פֿון אַשבֵלן די משפּחה פֿון די אַשבֵלים; פֿון אַחירָמען די משפּחה פֿון די אַחירָמים;
39
פֿון שפֿופֿמען די משפּחה פֿון די שִפֿמים; פֿון חופֿמען די משפּחה פֿון די חופֿמים.
40
און די זין פֿון בלַען זײַנען געװען אַרד און נַעֲמָן. פֿון אַרדן די משפּחה פֿון די אַרדים; פֿון נַעֲמָנען די משפּחה פֿון די נַעֲמָנים.
41
דאָס זײַנען די קינדער פֿון בנימין לױט זײערע משפּחות; און זײערע געצײלטע זײַנען געװען פֿינף און פֿערציק טױזנט און זעקס הונדערט.
42
דאָס זײַנען די קינדער פֿון דָן לױט זײערע משפּחות: פֿון שוחָמען די משפּחה פֿון די שוחָמים. דאָס זײַנען די משפּחות פֿון דָן לױט זײערע משפּחות.
43
אַלע משפּחות פֿון די שוחָמים לױט זײערע געצײלטע זײַנען געװען פֿיר און זעכציק טױזנט און פֿיר הונדערט.
44
די קינדער פֿון אָשר לױט זײערע משפּחות: פֿון יִמנָהן די משפּחה פֿון יִמנָה; פֿון יִשוִין די משפּחה פֿון די יִשוִים; פֿון בריעָהן די משפּחה פֿון די בריעִים.
45
פֿון די זין פֿון בריעָהן: פֿון חֶבֿרן די משפּחה פֿון די חֶבֿרים; פֿון מַלכּיאֵלן די משפּחה פֿון די מַלכּיאֵלים.
46
און דער נאָמען פֿון אָשרס טאָכטער איז געװען שֶׂרַח.
47
דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די קינדער פֿון אָשר לױט זײערע געצײלטע, דרײַ און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט.
48
די קינדער פֿון נפֿתָּלי לױט זײערע משפּחות: פֿון יַחצאֵלן די משפּחה פֿון די יַחצאֵלים; פֿון גונין די משפּחה פֿון די גונים;
49
פֿון יֵצֶרן די משפּחה פֿון די יִצרים; פֿון שִלֵמען די משפּחה פֿון די שִלֵמים.
50
דאָס זײַנען די משפּחות פֿון נפֿתָּלי לױט זײערע משפּחות; און זײערע געצײלטע זײַנען געװען פֿינף און פֿערציק טױזנט און פֿיר הונדערט.
51
דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, זעקס הונדערט טױזנט און טױזנט זיבן הונדערט און דרײַסיק.
52
און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
53
צו די דאָזיקע זאָל אײַנגעטײלט װערן דאָס לאַנד פֿאַר אַ נחלה לױט דער צאָל פֿון נעמען.
54
דעם מערערן זאָלסטו געבן מער נחלה, און דעם װינציקערן זאָלסטו געבן װינציקער נחלה;
55
איטלעכן לױט זײַנע געצײלטע זאָל געגעבן װערן זײַן נחלה. אָבער דורך גוֹרל זאָל צעטײלט װערן דאָס לאַנד; לױט די נעמען פֿון זײערע פֿאָטערשטאַמען זאָלן זײ אַרבן.
56
לױטן גוֹרל זאָל זײער נחלה אױסגעטײלט װערן, סײַ דעם מערערן סײַ דעם װינציקערן.
57
און דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די לוִיִים לױט זײערע משפּחות: פֿון גֵרשוֹנען די משפּחה פֿון די גֵרשונים; פֿון קהָתן די משפּחה פֿון די קהָתים; פֿון מרָרין די משפּחה פֿון די מרָרים.
58
דאָס זײַנען די משפּחות פֿון לֵוִי: די משפּחה פֿון די לִבֿנים, די משפּחה פֿון די חֶבֿרוֹנים, די משפּחה פֿון די מַחלים, די משפּחה פֿון די מושים, די משפּחה פֿון די קָרחים. און קהָת האָט געבאָרן עַמרָמען.
59
און דער נאָמען פֿון עַמרָמס װײַב איז געװען יוֹכֶבֿד, לֵוִיס טאָכטער װאָס איז געבאָרן געװאָרן בײַ לֵוִין אין מִצרַיִם; און זי האָט פֿון עַמרָמען געבאָרן אַהרֹנען און משהן, און זײער שװעסטער מרים.
60
און בײַ אַהרֹנען זײַנען געבאָרן געװאָרן נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, אֶלעָזָר, און איתָמָר.
61
און נָדָבֿ און אַבֿיהוא זײַנען געשטאָרבן װען זײ האָבן געבראַכט פֿרעמד פֿײַער פֿאַר גאָט.
62
און זײערע געצײלטע זײַנען געװען דרײַ און צװאַנציק טױזנט, אַלע מאַנספּאַרשױנען פֿון אַ חוֹדש אַלט און העכער; װאָרום זײ זײַנען ניט געצײלט געװאָרן צװישן די קינדער פֿון ישׂראל, װײַל זײ איז ניט געגעבן געװאָרן קײן נחלה צװישן די קינדער פֿון ישׂראל.
63
דאָס זײַנען די װאָס זײַנען געצײלט געװאָרן פֿון משהן און אֶלעָזָר דעם כֹּהן, װאָס האָבן געצײלט די קינדער פֿון ישׂראל אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ בײַם יַרדן לעבן יריחו.
64
און צװישן די דאָזיקע איז ניט געװען קײנער פֿון די װאָס זײַנען געצײלט געװאָרן פֿון משהן און אַהרן דעם כֹּהן, װאָס האָבן געצײלט די קינדער פֿון ישׂראל אין מדבר סינַי.
65
װאָרום גאָט האָט װעגן זײ געזאָגט: שטאַרבן אין מדבר װעלן זײ שטאַרבן; און קײנער פֿון זײ איז ניט געבליבן אַחוץ כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן, און יהוֹשועַ דער זון פֿון נון.