אידיש
1
און ישׂראל איז געזעסן אין שִטים, און דאָס פֿאָלק האָט גענומען מזנה זײַן מיט די טעכטער פֿון מוֹאָבֿ.
2
און זײ האָבן גערופֿן דאָס פֿאָלק צו די שלאַכטאָפּפֿער פֿון זײערע געטער, און דאָס פֿאָלק האָט געגעסן, און האָט זיך געבוקט צו זײערע געטער.
3
און ישׂראל האָט זיך באַהעפֿט אָן דעם בעַל פֿון פּעוֹר, און דער צאָרן פֿון גאָט האָט געגרימט אױף ישׂראל.
4
האָט גאָט געזאָגט צו משהן: נעם אַלע הױפּטלײַט פֿון דעם פֿאָלק, און הענג זײ אױף פֿאַר גאָט אַקעגן דער זון, און דער גרימצאָרן פֿון גאָט װעט זיך אָפּקערן פֿון ישׂראל.
5
און משה האָט געזאָגט צו די ריכטער פֿון ישׂראל: הרגעט איטלעכער זײַנע מענטשן װאָס האָבן זיך באַהעפֿט אָן דעם בעַל פֿון פּעוֹר.
6
ערשט אַ מאַן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל איז געקומען, און האָט געבראַכט צו זײַנע ברידער אַ מִדיָנית פֿאַר די אױגן פֿון משהן, און פֿאַר די אױגן פֿון דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, בעת זײ האָבן געװײנט בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד.
7
האָט דערזען פּינחס דער זון פֿון אֶלעָזָר, דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן, און ער איז אױפֿגעשטאַנען פֿון צװישן דער עדה, און האָט גענומען אַ שפּיז אין זײַן האַנט;
8
און ער איז אַרײַנגעגאַנגען נאָך דעם מאַן פֿון ישׂראל אין דער קאַמער, און האָט זײ בײדן דורכגעשטאָכן, דעם מאַן פֿון ישׂראל, און די פֿרױ דורך איר בױך. און די מגפֿה איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל.
9
און די װאָס זײַנען געשטאָרבן אין דער מגפֿה, זײַנען געװען פֿיר און צװאַנציק טױזנט.
10
און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
11
פּינחס דער זון פֿון אֶלעָזָר, דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן, האָט אָפּגעקערט מײַן גרימצאָרן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל מיט װאָס ער האָט זיך אָנגענומען פֿון מײַנעטװעגן צװישן זײ, און איך האָב ניט פֿאַרלענדט די קינדער פֿון ישׂראל אין מײַן צאָרן.
12
דרום זאָג: זע, איך גיב אים מײַן בונד פֿון שלום.
13
און עס זאָל זײַן אים און זײַן זאָמען נאָך אים אַ בונד פֿון אײביקער כּהונה, דערפֿאַר װאָס ער האָט זיך אָנגענומען פֿון זײַן גאָטס װעגן, און האָט מכפּר געװען אױף די קינדער פֿון ישׂראל.
14
און דער נאָמען פֿון דעם דערשלאָגענעם מאַן פֿון ישׂראל, װאָס איז דערשלאָגן געװאָרן מיט דער מִדיָנית, איז געװען זִמרי דער זון פֿון סָלואן, אַ פֿירשט פֿון אַ פֿאָטערהױז בײַ די שמעוֹנים.
15
און דער נאָמען פֿון דער דערשלאָגענער מִדיָנישער פֿרױ איז געװען כָּזבי די טאָכטער פֿון צורן, װאָס איז געװען אַ פֿאָלקהױפּטמאַן פֿון אַ פֿאָטערהױז אין מִדיָן.
16
און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
17
איר זאָלט פֿײַנטן די מִדיָנים, און זײ שלאָגן,
18
װאָרום זײ האָבן אײַך געפֿײַנט מיט זײערע תּחבולות װאָס זײ האָבן אױסגעקלערט אַקעגן אײַך אין דער מעשׂה פֿון פּעוֹר, און אין דער מעשׂה מיט כָּזבי דער טאָכטער פֿון דעם פֿירשט פֿון מִדיָן, זײער שװעסטער װאָס איז דערשלאָגן געװאָרן אין טאָג פֿון דער מגפֿה, אין דער מעשׂה פֿון פּעוֹר.
19
און עס איז געװען נאָך דער מגפֿה,