אידיש
1
און בִלעָם האָט געזען אַז עס איז װוילגעפֿעלן אין די אױגן פֿון גאָט צו בענטשן ישׂראל, און ער איז ניט געגאַנגען אַזױ װי די פֿריערדיקע מאָל, אַנטקעגן כּישוף-צײכנס, נאָר ער האָט געקערט זײַן פּנים צום מדבר.
2
און בִלעָם האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט געזען ישׂראל רוען לױט זײַנע שבֿטים, און דער גײַסט פֿון גאָט איז געקומען אױף אים.
3
און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט: אַזױ רעדט בִלעָם דער זון פֿון בעוֹר, און אַזױ רעדט דער מאַן מיטן אָפֿענעם אױג;
4
אַזױ רעדט דער װאָס הערט גאָטס װערטער, װאָס די זעונג פֿון שַדַי טוט ער זען, געפֿאַלן, מיט אױגן אַנטפּלעקטע:
5
װי שײן זײַנען דײַנע געצעלטען, יעקבֿ, דײַנע װוינונגען, ישׂראל!
6
װי טײטלבײמער זײַנען זײ אױסגעשטרעקט, װי גערטנער בײַם טײַך, װי אַלאָען װאָס גאָט האָט געפֿלאַנצט, װי צעדערן בײַם װאַסער.
7
װאַסער װעט רינען פֿון זײַן צװײַג, און זײַן זאָמען װעט זײַן בײַ פֿיל װאַסער; און העכער פֿון אַגַגן װעט זײַן זײַן מלך, און דערהױבן װעט זײַן זײַן מלוכה.
8
גאָט ציט אים אַרױס פֿון מִצרַיִם, װי הערנער פֿון אַ װיזלטיר איז ער אים; ער װעט פֿאַרצערן די פֿעלקער, זײַנע פֿײַנט, און זײערע בײנער צעקנאַקן; און זײַנע פֿײַלן װעלן דורכלעכערן.
9
ער קניט, ער לײגט זיך װי אַ לײב, און װי אַ לײבינטע – װער קען אים אױפֿרײַצן? געבענטשט די װאָס בענטשן דיך, און פֿאַרשאָלטן די װאָס שילטן דיך!
10
האָט דער צאָרן פֿון בָלָקן געגרימט אױף בִלעָמען, און ער האָט אַ פּאַטש געטאָן מיט זײַנע הענט; און בָלָק האָט געזאָגט צו בִלעָמען: צו שילטן מײַנע שָׂונאים האָב איך דיך גערופֿן, ערשט גאָר בענטשן האָסטו געבענטשט שױן דרײַ מאָל.
11
און אַצונד אַנטלױף דיר אין דײַן הײם; איך האָב געקלערט, גרױס כּבֿוד װעל איך דיר אָנטאָן, ערשט גאָט האָט דיך פֿאַרמיטן פֿון כּבֿוד.
12
האָט בִלעָם געזאָגט צו בָלָקן: האָב איך ניט גערעדט נאָך צו דײַנע שלוחים, װאָס דו האָסט געשיקט צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
13
װען בָלָק זאָל מיר געבן זײַן הױז פֿול מיט זילבער און גאָלד, קען איך ניט איבערטרעטן דעם באַפֿעל פֿון גאָט, צו טאָן גוטס אָדער שלעכטס פֿון מײַן אײגענעם האַרצן; װאָס גאָט װעט רעדן, װאָס װעל איך רעדן?
14
און אַצונד זע, איך גײ צו מײַן פֿאָלק; קום, לאָמיך דיר באַשײדן װאָס דאָס דאָזיקע פֿאָלק װעט טאָן צו דײַן פֿאָלק אין סָוף פֿון די טעג.
15
און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט: אַזױ רעדט בִלעָם דער זון פֿון בעוֹר, און אַזױ רעדט דער מאַן מיטן אָפֿענעם אױג;
16
אַזױ רעדט דער װאָס הערט גאָטס װערטער, און װײס דעם מײן פֿון דעם העכסטן – די זעונג פֿון שַדַי טוט ער זען, געפֿאַלן, מיט אױגן אַנטפּלעקטע:
17
איך זע אים, אָבער ניט אַצונד, איך קוק אים אָן, אָבער ניט נאָנט; אַ שטערן טרעט אַרױס פֿון יעקבֿ, און אַ צעפּטער װעט אױפֿשטײן פֿון ישׂראל, און װעט צעהאַקן די װינקלען פֿון מוֹאָבֿ, און צעברעכן אַלע קינדער פֿון שֵת.
18
און אֶדוֹם װעט װערן אַן אַרב, און אַן אַרב װעט װערן שֵׂעִיר, זײַן פֿײַנט; און ישׂראל װעט אױפֿטאָן גבֿורות.
19
און פֿון יעקבֿ װעט אײנער געװעלטיקן, און אונטערברענגען אַן איבערבלײַב פֿון שטאָט.
20
און ער האָט געזען עַמָלֵק, און האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט: דער אָנהײב פֿון פֿעלקער איז עַמָלֵק, און זײַן סָוף איז צום אונטערגאַנג.
21
און ער האָט געזען דעם קֵיני, און האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט: פֿעסט איז דײַן װוינונג, און געמאַכט אין פֿעלז איז דײַן נעסט;
22
אָבער צום פֿאַרטיליקן װעט זײַן קַיִן; אײדער װאָס װעט אַשור דיך פֿאַנגען.
23
און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט: װײ, װער קען לעבן װען ער װעט דאָס דאָזיקע טאָן!
24
אָבער שיפֿן װעלן קומען פֿון דעם ברעג פֿון די כִּתּים, און זײ װעלן פּײַניקן אַשור, און פּײַניקן עֵבֿר; און ער אױך איז צום אונטערגאַנג.
25
און בִלעָם איז אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעקגעגאַנגען, און האָט זיך אומגעקערט צו זײַן הײם, און אױך בָלָק איז געגאַנגען אױף זײַן װעג.