אידיש
1
האָט בִלעָם געזאָגט צו בָלָקן: בױ מיר דאָ זיבן מזבחות, און גרײט מיר דאָ צו זיבן אָקסן און זיבן װידערס.
2
האָט בָלָק געטאָן אַזױ װי בִלעָם האָט גערעדט, און בָלָק און בִלעָם האָבן אױפֿגעבראַכט אַן אָקס און אַ װידער אױף אַ מזבח.
3
און בִלעָם האָט געזאָגט צו בָלָקן: שטעל זיך בײַ דײַן בראַנדאָפּפֿער, און איך װעל גײן; אפֿשר װעט זיך מיר גאָט טרעפֿן אַנטקעגן, און װאָס פֿאַר אַ זאַך ער װעט מיר װײַזן, װעל איך דיר דערצײלן. און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף אַ הױכן אָרט.
4
און גאָט האָט זיך געטראָפֿן פֿאַר בִלעָמען; און ער האָט צו אים געזאָגט: די זיבן מזבחות האָב איך צוגעגרײט, און האָב אױפֿגעבראַכט אַן אָקס און אַ װידער אױף אַ מזבח.
5
האָט גאָט אַרײַנגעטאָן אַ װאָרט אין בִלעָמס מױל, און האָט געזאָגט: קער זיך אום צו בָלָקן, און אַזױ זאָלסטו רעדן.
6
האָט ער זיך אומגעקערט צו אים, ערשט ער שטײט בײַ זײַן בראַנדאָפּפֿער, ער און אַלע האַרן פֿון מוֹאָבֿ.
7
האָט ער אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט: פֿון אַרָם טוט מיך פֿירן בָלָק, פֿון די מזרח-בערג דער מלך פֿון מוֹאָבֿ: קום שילט מיר יעקבֿן, און קום פֿלוך ישׂראלן.
8
װי זאָל איך שילטן װעמען גאָט שילט ניט? און װי זאָל איך פֿלוכן װעמען יהוה פֿלוכט ניט?
9
װאָרום פֿון שפּיץ פֿון די פֿעלזן זע איך אים, און פֿון די הײכן קוק איך אים אָן. זע, אַ פֿאָלק װאָס רוט באַזונדער, און רעכנט זיך ניט צװישן די אומות.
10
װער האָט געצײלט דעם שטױב פֿון יעקבֿ, און באַרעכנט דעם זאָמען פֿון ישׂראל? זאָל שטאַרבן מײַן זעל דעם טױט פֿון די רעכטפֿאַרטיקע, און זאָל מײַן סָוף זײַן װי זײַנער!
11
האָט בָלָק געזאָגט צו בִלעָמען: װאָס האָסטו מיר געטאָן? צו שילטן מײַנע שָׂונאים האָב איך דיך גענומען, ערשט גאָר בענטשן האָסטו געבענטשט.
12
האָט ער געענטפֿערט און האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, דאָס װאָס גאָט טוט אַרײַן אין מײַן מױל, דאָס מוז איך היטן צו רעדן.
13
האָט בָלָק געזאָגט צו אים: קום מיט מיר, איך בעט דיך, צו אַן אַנדער אָרט, װאָס דו װעסט אים זען פֿון דאָרטן; בלױז אַ טײל פֿון אים װעסטו זען, אָבער אין גאַנצן װעסטו אים ניט זען; און שילט מיר אים פֿון דאָרטן.
14
און ער האָט אים גענומען צו דעם פֿעלד צוֹפֿים אױפֿן שפּיץ פּסגָה, און ער האָט געבױט זיבן מזבכות, און אױפֿגעבראַכט אַן אָקס און אַ װידער אױף אַ מזבח.
15
און ער האָט געזאָגט צו בָלָקן: שטעל זיך דאָ בײַ דײַן בראַנדאָפּפֿער, און איך װעל גײן זיך טרעפֿן דאָרטן.
16
האָט גאָט זיך געטראָפֿן פֿאַר בִלעָמען, און ער האָט אַרײַנגעטאָן אַ װאָרט אין זײַן מױל, און האָט געזאָגט: קער זיך אום צו בָלָקן, און אַזױ זאָלסטו רעדן.
17
איז ער געקומען צו אים, ערשט ער שטײט בײַ זײַן בראַנדאָפּפֿער, און די האַרן פֿון מוֹאָבֿ מיט אים; און בָלָק האָט צו אים געזאָגט: װאָס האָט גאָט גערעדט?
18
האָט ער אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט: שטײ אױף, בָלָק, און הער, פֿאַרנעם צו מיר, זון פֿון צִפּוֹר:
19
ניט אַ מאַן איז גאָט, ער זאָל ליגן זאָגן, ניט אַ מענטשנקינד, ער זאָל חרטה האָבן. אַז ער זאָגט, װעט ער דען ניט טאָן? און אַז ער רעדט, װעט ער עס ניט מקיים זײַן?
20
זע, בענטש! האָב איך פֿאַרנומען, און בענטשט ער, קען איך עס ניט אָפּהאַלטן.
21
מע זעט ניט קײן אומרעכט אין יעקבֿ, און מע מערקט ניט קײן עװלה אין ישׂראל. יהוה זײַן גאָט איז מיט אים, און די לײַטזעליקײט פֿון מלך איז אױף אים.
22
גאָט ציט זײ אַרױס פֿון מִצרַיִם, װי הערנער פֿון אַ װיזלטיר איז ער אים.
23
װאָרום ניטאָ קײן כּישוף אין יעקבֿ, און קײן װאָרזאָגעניש אין ישׂראל. אַצונד װערט פֿון יעקבֿ און ישׂראל געזאָגט: װאָס גאָט האָט אױפֿגעטאָן!
24
זע, אַ פֿאָלק װאָס שטײט אױף װי אַ לײבינטע, און הײבט זיך אױף װי אַ לײב; ער לײגט זיך ניט ביז ער עסט רױב, און בלוט פֿון דערשלאָגענע טרינקט ער.
25
האָט בָלָק געזאָגט צו בִלעָמען: ניט שילטן זאָלסטו אים שילטן, און ניט בענטשן זאָלסטו אים בענטשן.
26
האָט בִלעָם געענטפֿערט און האָט געזאָגט צו בָלָקן: האָב איך ניט גערעדט צו דיר, אַזױ צו זאָגן: אַלץ װאָס גאָט װעט רעדן, דאָס װעל איך טאָן?
27
האָט בָלָק געזאָגט צו בִלעָמען: קום איך בעט דיך, איך װעל דיך נעמען צו אַן אַנדער אָרט; אפֿשר װעט װוילגעפֿעלן אין די אױגן פֿון גאָט, און װעסט מיר אים שילטן פֿון דאָרטן.
28
און בָלָק האָט גענומען בִלעָמען צום שפּיץ פּעוֹר, װאָס קוקט אַראָפּ אױף דער װיסטע.
29
האָט בִלעָם געזאָגט צו בָלָקן: בױ מיר דאָ זיבן מזבחות, און גרײט מיר דאָ צו זיבן אָקסן און זיבן װידערס.
30
און בָלָק האָט געטאָן אַזױ װי בִלעָם האָט געזאָגט, און ער האָט אױפֿגעבראַכט אַן אָקס און אַ װידער אױף אַ מזבח.