Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און די קינדער פֿון ישׂראל, די גאַנצע עדה, זײַנען געקומען אין מדבר צִן, אין ערשטן חוֹדש; און דאָס פֿאָלק איז געזעסן אין קָדֵש; און מרים איז דאָרטן געשטאָרבן, און איז דאָרטן באַגראָבן געװאָרן. 2 און די עדה האָט ניט געהאַט קײן װאַסער, און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען. 3 און דאָס פֿאָלק האָט זיך געקריגט מיט משהן, און זײ האָבן געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: הלװאַי װאָלטן מיר אומגעקומען, װען אונדזערע ברידער זײַנען אומגעקומען פֿאַר גאָט! 4 און נאָך װאָס האָט איר געבראַכט די עדה פֿון גאָט אין דעם דאָזיקן מדבר, אַז מיר און אונדזער פֿי זאָלן דאָ אױסשטאַרבן? 5 און נאָך װאָס האָט איר אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון מִצרַיִם, אונדז צו ברענגען אין דעם דאָזיקן שלעכטן אָרט, װאָס איז ניט אַן אָרט פֿון זאָמען, אָדער פֿײַגן, אָדער װײַנשטאָקן, אָדער מילגרױמען, און װוּ װאַסער צום טרינקען איז ניטאָ? 6 זײַנען משה און אַהרן אַװעקגעגאַנגען פֿון פֿאַר דער עדה צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און זײ זײַנען געפֿאַלן אױף זײער פּנים; און די פּראַכט פֿון גאָט האָט זיך באַװיזן צו זײ.
7 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 8 נעם דעם שטעקן, און זאַמל אײַן די עדה, דו און אַהרן דײַן ברודער, און איר זאָלט רעדן צום פֿעלז פֿאַר זײערע אױגן, אַז ער זאָל אַרױסגעבן פֿון זיך װאַסער; און װעסט זײ אַרױסציִען װאַסער פֿון פֿעלז, און װעסט אָנטרינקען די עדה און זײער פֿי. 9 האָט משה גענומען דעם שטעקן פֿון פֿאַר גאָט, אַזױ װי ער האָט אים באַפֿױלן. 10 און משה און אַהרן האָבן אײַנגעזאַמלט די עדה פֿאַר דעם פֿעלז, און ער האָט צו זײ געזאָגט: הערט אַקאָרשט, איר װידערשפּעניקער, זאָלן מיר פֿון דעם דאָזיקן פֿעלז אײַך אַרױסציִען װאַסער? 11 און משה האָט אױפֿגעהױבן זײַן האַנט, און האָט געשלאָגן דעם פֿעלז מיט זײַן שטעקן צװײ מאָל, און עס איז אַרױס אַ סך װאַסער, און די עדה און זײער פֿי האָבן געטרונקען. 12 האָט גאָט געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען: װײַל איר האָט ניט געגלױבט אין מיר, מיך צו הײליקן פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, דרום װעט איר ניט ברענגען די דאָזיקע עדה אין דעם לאַנד װאָס איך האָב זײ געגעבן. 13 דאָס איז דאָס װאַסער פֿון מריבֿה װוּ די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געקריגט אַקעגן גאָט, און ער איז געהײליקט געװאָרן צװישן זײ. 14 און משה האָט געשיקט שלוחים פֿון קָדֵש צו דעם מלך פֿון אֶדוֹם: אַזױ זאָגט דײַן ברודער ישׂראל: דו װײסט אַלדי מאַטערניש װאָס אונדז האָט געטראָפֿן; 15 װי אונדזערע עלטערן האָבן גענידערט קײן מִצרַיִם, און מיר זײַנען געזעסן אין מִצרַיִם פֿיל טעג, און די מִצרים האָבן שלעכטס געטאָן אונדז און אונדזערע עלטערן; 16 און מיר האָבן געשריִען צו גאָט, און ער האָט געהערט אונדזער קָול, און האָט געשיקט אַ מלאך, און אונדז אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם; און אָט זײַנען מיר אין קָדֵש, אַ שטאָט בײַם עק פֿון דײַן געמאַרק. 17 לאָז אונדז, איך בעט דיך, דורכגײן דורך דײַן לאַנד; מיר װעלן ניט דורכגײן דורך אַ פֿעלד אָדער דורך אַ װײַנגאָרטן, און מיר װעלן ניט טרינקען װאַסער פֿון אַ ברונעם; אױף דעם מלכס װעג װעלן מיר גײען; מיר װעלן זיך ניט אָפּנײַגן רעכטס אָדער לינקס, ביז װאַנען מיר װעלן דורכגײן דײַן געמאַרק. 18 האָט אֶדוֹם צו אים געזאָגט: זאָלסט ניט דורכגײן דורך מיר, װאָרום מיטן שװערד װעל איך אַרױסגײן אַקעגן דיר. 19 האָבן די קינדער פֿון ישׂראל צו אים געזאָגט: אױפֿן װעג װעלן מיר גײן, און אַז מיר װעלן טרינקען דײַן װאַסער, איך און מײַנע פֿי, װעל איך געבן געצאָלט דערפֿאַר; עס איז דאָך גאָרנישט; לאָמיך בלױז דורכגײן אױף מײַנע פֿיס. 20 האָט ער געזאָגט: דו קענסט ניט דורכגײן. און אֶדוֹם איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן אים מיט פֿיל פֿאָלק, און מיט אַ שטאַרקער האַנט. 21 און אֶדוֹם האָט ניט געװאָלט לאָזן ישׂראל דורכגײן דורך זײַן געמאַרק, און ישׂראל האָט זיך אָפּגענײַגט פֿון אים.
22 און זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון קָדֵש; און די קינדער פֿון ישׂראל, די גאַנצע עדה, זײַנען אָנגעקומען צום באַרג הוֹר. 23 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען אױפֿן באַרג הוֹר, בײַם געמאַרק פֿון לאַנד אֶדוֹם, אַזױ צו זאָגן: 24 זאָל אַהרן אײַנגעזאַמלט װערן צו זײַן פֿאָלק; װאָרום ער װעט ניט קומען אין דעם לאַנד װאָס איך האָב געגעבן צו די קינדער פֿון ישׂראל, דערפֿאַר װאָס איר האָט װידערשפּעניקט מײַן מױל בײַם װאַסער פֿון מריבֿה. 25 נעם אַהרֹנען און זײַן זון אֶלעָזָרן, און ברענג זײ אַרױף אױפֿן באַרג הוֹר; 26 און טו אױס אַהרֹנען זײַנע קלײדער, און טו זײ אָן זײַן זון אֶלעָזָרן; און אַהרן זאָל אײַנגעזאַמלט װערן און שטאַרבן דאָרטן. 27 האָט משה געטאָן אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן; און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג הוֹר, פֿאַר די אױגן פֿון דער גאַנצער עדה. 28 און משה האָט אױסגעטאָן אַהרֹנען זײַנע קלײדער, און האָט זײ אָנגעטאָן זײַן זון אֶלעָזָרן. און אַהרן איז דאָרטן געשטאָרבן אױפֿן שפּיץ באַרג. און משה און אֶלעָזָר האָבן אַראָפּגענידערט פֿון באַרג. 29 און די גאַנצע עדה האָט געזען אַז אַהרן איז פֿאַרגאַנגען; און דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל האָט באַװײנט אַהרֹנען דרײַסיק טעג.
עברית
1 וַיָּבֹ֣אוּ בְנֵֽי־יִ֠שְׂרָאֵל כָּל־הָ֨עֵדָ֤ה מִדְבַּר־צִן֙ בַּחֹ֣דֶשׁ הָֽרִאשׁ֔וֹן וַיֵּ֥שֶׁב הָעָ֖ם בְּקָדֵ֑שׁ וַתָּ֤מָת שָׁם֙ מִרְיָ֔ם וַתִּקָּבֵ֖ר שָֽׁם׃ 2 וְלֹא־הָ֥יָה מַ֖יִם לָעֵדָ֑ה וַיִּקָּ֣הֲל֔וּ עַל־מֹשֶׁ֖ה וְעַֽל־אַהֲרֹֽן׃ 3 וַיָּ֥רֶב הָעָ֖ם עִם־מֹשֶׁ֑ה וַיֹּאמְר֣וּ לֵאמֹ֔ר וְל֥וּ גָוַ֛עְנוּ בִּגְוַ֥ע אַחֵ֖ינוּ לִפְנֵ֥י יְהוָֽה׃ 4 וְלָמָ֤ה הֲבֵאתֶם֙ אֶת־קְהַ֣ל יְהוָ֔ה אֶל־הַמִּדְבָּ֖ר הַזֶּ֑ה לָמ֣וּת שָׁ֔ם אֲנַ֖חְנוּ וּבְעִירֵֽנוּ׃ 5 וְלָמָ֤ה הֶֽעֱלִיתֻ֙נוּ֙ מִמִּצְרַ֔יִם לְהָבִ֣יא אֹתָ֔נוּ אֶל־הַמָּק֥וֹם הָרָ֖ע הַזֶּ֑ה לֹ֣א מְק֣וֹם זֶ֗רַע וּתְאֵנָ֤ה וְגֶ֙פֶן֙ וְרִמּ֔וֹן וּמַ֥יִם אַ֖יִן לִשְׁתּֽוֹת׃ 6 וַיָּבֹא֩ מֹשֶׁ֨ה וְאַהֲרֹ֜ן מִפְּנֵ֣י הַקָּהָ֗ל אֶל־פֶּ֙תַח֙ אֹ֣הֶל מוֹעֵ֔ד וַֽיִּפְּל֖וּ עַל־פְּנֵיהֶ֑ם וַיֵּרָ֥א כְבוֹד־יְהוָ֖ה אֲלֵיהֶֽם׃   פ
7 וַיְדַבֵּ֥ר יְהוָ֖ה אֶל־מֹשֶׁ֥ה לֵּאמֹֽר׃ 8 קַ֣ח אֶת־הַמַּטֶּ֗ה וְהַקְהֵ֤ל אֶת־הָעֵדָה֙ אַתָּה֙ וְאַהֲרֹ֣ן אָחִ֔יךָ וְדִבַּרְתֶּ֧ם אֶל־הַסֶּ֛לַע לְעֵינֵיהֶ֖ם וְנָתַ֣ן מֵימָ֑יו וְהוֹצֵאתָ֨ לָהֶ֥ם מַ֙יִם֙ מִן־הַסֶּ֔לַע וְהִשְׁקִיתָ֥ אֶת־הָעֵדָ֖ה וְאֶת־בְּעִירָֽם׃ 9 וַיִּקַּ֥ח מֹשֶׁ֛ה אֶת־הַמַּטֶּ֖ה מִלִּפְנֵ֣י יְהוָ֑ה כַּאֲשֶׁ֖ר צִוָּֽהוּ׃ 10 וַיַּקְהִ֜לוּ מֹשֶׁ֧ה וְאַהֲרֹ֛ן אֶת־הַקָּהָ֖ל אֶל־פְּנֵ֣י הַסָּ֑לַע וַיֹּ֣אמֶר לָהֶ֗ם שִׁמְעוּ־נָא֙ הַמֹּרִ֔ים הֲמִן־הַסֶּ֣לַע הַזֶּ֔ה נוֹצִ֥יא לָכֶ֖ם מָֽיִם׃ 11 וַיָּ֨רֶם מֹשֶׁ֜ה אֶת־יָד֗וֹ וַיַּ֧ךְ אֶת־הַסֶּ֛לַע בְּמַטֵּ֖הוּ פַּעֲמָ֑יִם וַיֵּצְאוּ֙ מַ֣יִם רַבִּ֔ים וַתֵּ֥שְׁתְּ הָעֵדָ֖ה וּבְעִירָֽם׃   ס 12 וַיֹּ֣אמֶר יְהוָה֮ אֶל־מֹשֶׁ֣ה וְאֶֽל־אַהֲרֹן֒ יַ֚עַן לֹא־הֶאֱמַנְתֶּ֣ם בִּ֔י לְהַ֨קְדִּישֵׁ֔נִי לְעֵינֵ֖י בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֑ל לָכֵ֗ן לֹ֤א תָבִ֙יאוּ֙ אֶת־הַקָּהָ֣ל הַזֶּ֔ה אֶל־הָאָ֖רֶץ אֲשֶׁר־נָתַ֥תִּי לָהֶֽם׃ 13 הֵ֚מָּה מֵ֣י מְרִיבָ֔ה אֲשֶׁר־רָב֥וּ בְנֵֽי־יִשְׂרָאֵ֖ל אֶת־יְהוָ֑ה וַיִּקָּדֵ֖שׁ בָּֽם׃   ס 14 וַיִּשְׁלַ֨ח מֹשֶׁ֧ה מַלְאָכִ֛ים מִקָּדֵ֖שׁ אֶל־מֶ֣לֶךְ אֱד֑וֹם כֹּ֤ה אָמַר֙ אָחִ֣יךָ יִשְׂרָאֵ֔ל אַתָּ֣ה יָדַ֔עְתָּ אֵ֥ת כָּל־הַתְּלָאָ֖ה אֲשֶׁ֥ר מְצָאָֽתְנוּ׃ 15 וַיֵּרְד֤וּ אֲבֹתֵ֙ינוּ֙ מִצְרַ֔יְמָה וַנֵּ֥שֶׁב בְּמִצְרַ֖יִם יָמִ֣ים רַבִּ֑ים וַיָּרֵ֥עוּ לָ֛נוּ מִצְרַ֖יִם וְלַאֲבֹתֵֽינוּ׃ 16 וַנִּצְעַ֤ק אֶל־יְהוָה֙ וַיִּשְׁמַ֣ע קֹלֵ֔נוּ וַיִּשְׁלַ֣ח מַלְאָ֔ךְ וַיֹּצִאֵ֖נוּ מִמִּצְרָ֑יִם וְהִנֵּה֙ אֲנַ֣חְנוּ בְקָדֵ֔שׁ עִ֖יר קְצֵ֥ה גְבוּלֶֽךָ׃ 17 נַעְבְּרָה־נָּ֣א בְאַרְצֶ֗ךָ לֹ֤א נַעֲבֹר֙ בְּשָׂדֶ֣ה וּבְכֶ֔רֶם וְלֹ֥א נִשְׁתֶּ֖ה מֵ֣י בְאֵ֑ר דֶּ֧רֶךְ הַמֶּ֣לֶךְ נֵלֵ֗ךְ לֹ֤א נִטֶּה֙ יָמִ֣ין וּשְׂמֹ֔אול עַ֥ד אֲשֶֽׁר־נַעֲבֹ֖ר גְּבוּלֶֽךָ׃ 18 וַיֹּ֤אמֶר אֵלָיו֙ אֱד֔וֹם לֹ֥א תַעֲבֹ֖ר בִּ֑י פֶּן־בַּחֶ֖רֶב אֵצֵ֥א לִקְרָאתֶֽךָ׃ 19 וַיֹּאמְר֨וּ אֵלָ֥יו בְּנֵֽי־יִשְׂרָאֵל֘ בַּֽמְסִלָּ֣ה נַעֲלֶה֒ וְאִם־מֵימֶ֤יךָ נִשְׁתֶּה֙ אֲנִ֣י וּמִקְנַ֔י וְנָתַתִּ֖י מִכְרָ֑ם רַ֥ק אֵין־דָּבָ֖ר בְּרַגְלַ֥י אֶֽעֱבֹֽרָה׃ 20 וַיֹּ֖אמֶר לֹ֣א תַעֲבֹ֑ר וַיֵּצֵ֤א אֱדוֹם֙ לִקְרָאת֔וֹ בְּעַ֥ם כָּבֵ֖ד וּבְיָ֥ד חֲזָקָֽה׃ 21 וַיְמָאֵ֣ן אֱד֗וֹם נְתֹן֙ אֶת־יִשְׂרָאֵ֔ל עֲבֹ֖ר בִּגְבֻל֑וֹ וַיֵּ֥ט יִשְׂרָאֵ֖ל מֵעָלָֽיו׃   פ
22 וַיִּסְע֖וּ מִקָּדֵ֑שׁ וַיָּבֹ֧אוּ בְנֵֽי־יִשְׂרָאֵ֛ל כָּל־הָעֵדָ֖ה הֹ֥ר הָהָֽר׃ 23 וַיֹּ֧אמֶר יְהוָ֛ה אֶל־מֹשֶׁ֥ה וְאֶֽל־אַהֲרֹ֖ן בְּהֹ֣ר הָהָ֑ר עַל־גְּב֥וּל אֶֽרֶץ־אֱד֖וֹם לֵאמֹֽר׃ 24 יֵאָסֵ֤ף אַהֲרֹן֙ אֶל־עַמָּ֔יו כִּ֣י לֹ֤א יָבֹא֙ אֶל־הָאָ֔רֶץ אֲשֶׁ֥ר נָתַ֖תִּי לִבְנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֑ל עַ֛ל אֲשֶׁר־מְרִיתֶ֥ם אֶת־פִּ֖י לְמֵ֥י מְרִיבָֽה׃ 25 קַ֚ח אֶֽת־אַהֲרֹ֔ן וְאֶת־אֶלְעָזָ֖ר בְּנ֑וֹ וְהַ֥עַל אֹתָ֖ם הֹ֥ר הָהָֽר׃ 26 וְהַפְשֵׁ֤ט אֶֽת־אַהֲרֹן֙ אֶת־בְּגָדָ֔יו וְהִלְבַּשְׁתָּ֖ם אֶת־אֶלְעָזָ֣ר בְּנ֑וֹ וְאַהֲרֹ֥ן יֵאָסֵ֖ף וּמֵ֥ת שָֽׁם׃ 27 וַיַּ֣עַשׂ מֹשֶׁ֔ה כַּאֲשֶׁ֖ר צִוָּ֣ה יְהוָ֑ה וֽ͏ַיַּעֲלוּ֙ אֶל־הֹ֣ר הָהָ֔ר לְעֵינֵ֖י כָּל־הָעֵדָֽה׃ 28 וַיַּפְשֵׁט֩ מֹשֶׁ֨ה אֶֽת־אַהֲרֹ֜ן אֶת־בְּגָדָ֗יו וַיַּלְבֵּ֤שׁ אֹתָם֙ אֶת־אֶלְעָזָ֣ר בְּנ֔וֹ וַיָּ֧מָת אַהֲרֹ֛ן שָׁ֖ם בְּרֹ֣אשׁ הָהָ֑ר וַיֵּ֧רֶד מֹשֶׁ֛ה וְאֶלְעָזָ֖ר מִן־הָהָֽר׃ 29 וַיִּרְאוּ֙ כָּל־הָ֣עֵדָ֔ה כִּ֥י גָוַ֖ע אַהֲרֹ֑ן וַיִּבְכּ֤וּ אֶֽת־אַהֲרֹן֙ שְׁלֹשִׁ֣ים י֔וֹם כֹּ֖ל בֵּ֥ית יִשְׂרָאֵֽל׃   ס