אידיש
1
און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן:
2
דאָס איז דאָס געזעץ פֿון דער תּוֹרה, װאָס גאָט האָט באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, זײ זאָלן דיר ברענגען אַ רױטע קו, אַ גאַנצע, װאָס אין איר איז ניטאָ קײן מום, װאָס אױף איר איז ניט אַרױף קײן יאָך.
3
און איר זאָלט זי געבן צו אֶלעָזָר דעם כֹּהן, און מע זאָל זי אַרױספֿירן אױסן לאַגער, און זי שעכטן פֿאַר אים.
4
און אֶלעָזָר דער כֹּהן זאָל נעמען פֿון איר בלוט מיט זײַן פֿינגער, און שפּריצן פֿון איר בלוט אַקעגן דער פֿאָדערזײַט פֿון אוֹהל-מוֹעד זיבן מאָל.
5
און מע זאָל פֿאַרברענען די קו פֿאַר זײַנע אױגן; איר פֿעל און איר פֿלײש און איר בלוט מיט איר מיסט זאָל מען פֿאַרברענען.
6
און דער כֹּהן זאָל נעמען צעדערהאָלץ, און אֵזוֹבֿ-גראָז, און װערמילרױט, און אַרײַנװאַרפֿן אין דער פֿאַרברענונג פֿון דער קו.
7
און דער כֹּהן זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן זײַן לײַב אין װאַסער, און דערנאָך מעג ער אַרײַנקומען אין לאַגער; און דער כֹּהן זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
8
אױך דער װאָס פֿאַרברענט זי, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער אין װאַסער, און באָדן זײַן לײַב אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
9
און אַ רײנער מאַן זאָל אױפֿזאַמלען די אַש פֿון דער קו, און אַװעקלײגן אױסן לאַגער אין אַ רײנעם אָרט; און עס זאָל געהאַלטן װערן פֿאַר דער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל פֿאַר שפּרענגװאַסער; אַ רײניקאָפּפֿער איז דאָס.
10
און דער װאָס זאַמלט אױף די אַש פֿון דער קו, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און עס זאָל זײַן פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל, און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ, פֿאַר אַן אײביקן געזעץ.
11
דער װאָס רירט זיך אָן אָן אַ מת, אָן װאָסער עס איז טױטן לײַב פֿון אַ מענטשן, זאָל זײַן אומרײן זיבן טעג.
12
ער זאָל זיך רײניקן דערמיט אױפֿן דריטן טאָג און אױפֿן זיבעטן טאָג, און װערן רײן; און אױב ער װעט זיך ניט רײניקן אױפֿן דריטן טאָג און אױפֿן זיבעטן טאָג, זאָל ער ניט װערן רײן.
13
איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן אַ מת, אָן דעם לײַב פֿון אַ מענטשן װאָס איז געשטראָבן, און ער װעט זיך ניט רײניקן, האָט ער די רואונג פֿון גאָט פֿאַראומרײניקט, און יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון ישׂראל; אַז שפּרענגװאַסער איז אױף אים ניט געשפּרענגט געװאָרן, זאָל ער זײַן אומרײן; זײַן אומרײנקײט איז נאָך אױף אים.
14
דאָס איז דער דין: אַז אַ מענטש װעט שטאַרבן אין אַ געצעלט, זאָל איטלעכער װאָס קומט אין געצעלט, און אַלץ װאָס אין געצעלט, זײַן אומרײן זיבן טעג.
15
און יעטװעדער אָפֿענע כּלי, װאָס אױף איר איז ניטאָ אַן אַרומגעשנירט דעקל, איז אומרײן.
16
און איטלעכער װאָס װעט זיך אָנרירן אױפֿן פֿרײַען פֿעלד אָן אַ דערשלאָגענעם פֿון אַ שװערד, אָדער אָן אַ געשטאָרבענעם, אָדער אַן אַ בײן פֿון אַ מענטשן, אָדער אָן אַ קבֿר, זאָל זײַן אומרײן זיבן טעג.
17
און מע זאָל נעמען פֿאַר דעם אומרײנעם פֿון דער אַש פֿון דעם פֿאַרברענטן רײניקאָפּפֿער, און אַרױפֿגיסן דערױף לעבעדיקע װאַסער אין אַ כּלי.
18
און אַ רײנער מאַן זאָל נעמען אֵזוֹבֿ-גראָז, און אײַנטונקען אין דעם װאַסער, און שפּריצן אױפֿן געצעלט, און אױף אַלע כּלים, און אױף די נפֿשות װאָס זײַנען דאָרטן געװען, און אױף דעם װאָס האָט זיך אָנגערירט אָן דעם בײן, אָדער אָן דעם דערשלאָגענעם, אָדער אָן דעם געשטאָרבענעם, אָדער אָן דעם קבֿר.
19
און דער װאָס איז רײן זאָל שפּריצן אױף דעם אומרײנעם אױפֿן דריטן טאָג און אױפֿן זיבעטן טאָג; און ער זאָל אים רײניקן אױפֿן זיבעטן טאָג; און ער זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און װערן רײן אין אָװנט.
20
און אַז אַ מענטש װעט זײַן אומרײן, און װעט זיך ניט רײניקן, זאָל יענע זעל פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן דער עדה, װאָרום דאָס הײליקטום פֿון גאָט האָט ער פֿאַראומרײניקט; שפּרענגװאַסער איז אױף אים ניט געשפּרענגט געװאָרן, איז ער אומרײן.
21
און עס זאָל זײ זײַן פֿאַר אַן אײביקן געזעץ. און דער װאָס שפּריצט דאָס שפּרענגװאַסער, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער; און דער װאָס רירט זיך אָן אָן דעם שפּרענגװאַסער, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
22
און אַלץ װאָס דער אומרײנער װעט זיך אָנרירן אָן דעם, זאָל זײַן אומרײן; און דער מענטש װאָס רירט זיך אָן אים אָן, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט.