אידיש
1
און גאָט האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: דו און דײַנע זין און דאָס הױז פֿון דײַן פֿאָטער מיט דיר, זאָלט טראָגן די זינד פֿון דעם הײליקטום, און דו און דײַנע זין מיט דיר זאָלט טראָגן די זינד פֿון אײַער כּהונה.
2
און אױך דײַנע ברידער, דעם שטאַם לֵוִי, דעם שבֿט פֿון דײַן פֿאָטער, מאַך גענענען מיט דיר, און זײ זאָלן זײַן באַהעפֿט צו דיר, און דיך באַדינען; און דו און דײַנע זין מיט דיר זאָלט זײַן פֿאַר דעם געצעלט פֿון געזעץ.
3
און זײ זאָלן היטן דײַן היטונג, און די היטונג פֿון גאַנצן געצעלט, אָבער צו די הײליקע כּלים און צום מזבח זאָלן זײ ניט גענענען, כּדי זײ זאָלן ניט שטאַרבן, אי זײ אי איר.
4
און זײ זאָלן זײַן באַהעפֿט צו דיר, און היטן די היטונג פֿון אוֹהל-מוֹעד בײַ איטלעכן דינסט פֿון געצעלט; און אַ פֿרעמדער זאָל ניט גענענען צו אײַך.
5
און איר זאָלט היטן די היטונג פֿון הײליקטום, און די היטונג פֿון מזבח, כּדי עס זאָל מער ניט זײַן אַ צאָרן אױף די קינדער פֿון ישׂראל.
6
און איך, זע, האָב גענומען אײַערע ברידער די לוִיִים פֿון צװישן די קינדער פֿון ישׂראל; אײַך אַ מתּנה זײַנען זײ געגעבן פֿאַר גאָט, צו דינען דעם דינסט פֿון אוֹהל-מוֹעד.
7
און דו און דײַנע זין מיט דיר זאָלט אָפּהיטן אײַער כּהונה בײַ איטלעכער זאַך פֿון מזבח און אינעװײניק פֿון פּרוֹכֶת, און טאָן דעם דינסט; אַ דינסט פֿאַר אַ מתּנה גיב איך אײַך די כּהונה, און דער פֿרעמדער, װאָס גענענט, זאָל געטײט װערן.
8
און גאָט האָט גערעדט צו אַהרֹנען: און איך, זע, האָב דיר געגעבן די היטונג פֿון מײַנע אָפּשײדונגען; פֿון אַלע געהײליקטע זאַכן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָב איך זײ געגעבן פֿאַר אַ חלק צו דיר און צו דײַנע קינדער פֿאַר אַן אײביקן רעכט.
9
דאָס זאָל גהערן צו דיר פֿון די הײליקסטע הײליקײטן, פֿון די פֿײַעראָפּפֿער: אַלע זײערע קרבנות, פֿון אַלע זײערע שפּײַזאָפּפֿער, און פֿון אַלע זײערע זינדאָפּפֿער, און פֿון אַלע זײערע שולדאָפּפֿער, װאָס זײ צאָלן אָפּ צו מיר; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס, פֿאַר דיר און פֿאַר דײַנע קינדער.
10
אין אַ הײליקסטן אָרט זאָלסטו עס עסן; איטלעכער מאַנספּאַרשױן מעג עס עסן; הײליק זאָל עס זײַן פֿאַר דיר.
11
און דאָס געהערט צו דיר: די אָפּשײדונג פֿון זײער גאָב בײַ אַלע אױפֿהײבונגען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל; צו דיר האָב איך זײ געגעבן, און צו דײַנע זין און צו דײַנע טעכטער מיט דיר, פֿאַר אַן אײביקן רעכט; איטלעכער װאָס איז רײן אין דײַן הױז מעג עס עסן.
12
אַל דאָס בעסטע פֿון אײל, און אַל דאָס בעסטע פֿון װײַן און תּבֿואה, דאָס ערשטע דערפֿון װאָס זײ גיבן צו גאָט, דאָס האָב איך געגעבן צו דיר.
13
די ערשטצײַטיקע פֿון אַלץ װאָס אין זײער לאַנד, װאָס זײ ברענגען צו גאָט, זאָלן געהערן צו דיר; איטלעכער װאָס איז רײן אין דײַן הױז מעג עס עסן.
14
איטלעכע חרם-זאַך אין ישׂראל זאָל געהערן צו דיר.
15
איטלעכס װאָס עפֿנט דעם טראַכט, פֿון יעטװעדער באַשעפֿעניש װאָס מע ברענגט צו גאָט, פֿון אַ מענטשן און פֿון אַ בהמה, זאָל געהערן צו דיר; אָבער אױסלײזן זאָלסטו לאָזן אױסלײזן דעם בכָור פֿון אַ מענטשן; אױך דעם בכָור פֿון אַן אומרײנער בהמה זאָלסטו לאָזן אױסלײזן.
16
און זײער אױסלײז – פֿון אַ חוֹדש אַלט זאָלסטו לאָזן אױסלײזן – זאָל זײַן לױט דײַן שאַצונג, פֿינף שֶקל זילבער, אױפֿן הײליקן שֶקל, דאָס איז צװאַנציק גֵרָה.
17
אָבער אַ בכָור פֿון אַ רינד, אָדער אַ בכָור פֿון אַ שעפּס, אָדער אַ בכָור פֿון אַ ציג, טאָרסטו ניט לאָזן אױסלײזן; זײ זײַנען הײליק. זײער בלוט זאָלסטו שפּרענגען אױפֿן מזבח, און זײער פֿעטס זאָלסטו דעמפֿן פֿאַר אַ פֿײַעראָפּפֿער, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט.
18
און זײער פֿלײש זאָל געהערן צו דיר; אַזױ װי די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג, און אַזױ װי דער רעכטער שענקל, זאָל עס געהערן צו דיר.
19
אַלע אָפּשײדונגען פֿון די הײליקע זאַכן װאָס די קינדער פֿון ישׂראל שײדן אָפּ צו גאָט, האָב איך געגעבן צו דיר און צו דײַנע זין און צו דײַנע טעכטער מיט דיר, פֿאַר אַן אײביקן רעכט; אַן אײביקער בונד פֿון זאַלץ איז דאָס פֿאַר גאָט, דיר און דײַן זאָמען מיט דיר.
20
און גאָט האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: אין זײער לאַנד זאָלסטו ניט אַרבן, און קײן חלק זאָלסטו ניט האָבן צװישן זײ; איך בין דײַן חלק און דײַן נחלה צװישן די קינדער פֿון ישׂראל.
21
און צו די קינדער פֿון לֵוִי, זע, האָב איך געגעבן יעטװעדער מעשׂר אין ישׂראל פֿאַר אַן אַרב, פֿאַר זײער דינסט װאָס זײ דינען, דעם דינסט פֿון אוֹהל-מוֹעד.
22
און די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן מער ניט גענענען צום אוֹהל-מוֹעד, צו טראָגן אַ חטא און שטאַרבן.
23
נײַערט דער לֵוִי, ער זאָל דינען דעם דינסט פֿון אוֹהל-מוֹעד; און זײ זאָלן טראָגן זײער זינד; אַן אײביק געזעץ אױף זײערע דָור-דורות. און צװישן די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן זײ ניט אַרבן קײן אַרבונג.
24
װאָרום דעם מעשׂר פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װאָס זײ שײדן אָפּ פֿאַר אַן אָפּשײדונג צו גאָט, האָב איך געגעבן צו די לוִיִים פֿאַר אַן אַרבונג; דרום האָב איך װעגן זײ געזאָגט: צװישן די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן זײ ניט אַרבן קײן אַרבונג.
25
און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
26
און צו די לוִיִים זאָלסטו רעדן, און זאָגן צו זײ: אַז איר װעט נעמען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל דעם מעשׂר װאָס איך האָב אײַך געגעבן פֿון זײ פֿאַר אײַער אַרבונג, זאָלט איר אָפּשײדן דערפֿון אַן אָפּשײדוגן צו גאָט, מעשׂר פֿון דעם מעשׂר.
27
און אײַער אָפּשײדונג װעט אײַך גערעכנט װערן אַזױ װי די תּבֿואה אױסן שײַער, און װי די שֶפֿע אױסן קעלטער.
28
אַזױ זאָלט איר אױך אָפּשײדן די אָפּשײדונג פֿון גאָט פֿון אַלע אײַערע מעשׂרס, װאָס איר װעט נעמען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און איר זאָלט געבן דערפֿון די אָפּשײדוגן פֿון גאָט צו אַהרן דעם כֹּהן.
29
פֿון אַלץ װאָס װערט אײַך געגעבן זאָלט איר אָפּשײדן די גאַנצע אָפּשײדונג פֿון גאָט, פֿון אַלעם בעסטן דערפֿון, דאָס הײליקע פֿון דעם.
30
און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר שײדט אָפּ פֿון דעם דאָס בעסטע דערפֿון, זאָל עס גערעכנט װערן די לוִיִים אַזױ װי דער אײַנטראָג פֿון שײַער, און אַזױ װי דער אײַנטראָג פֿון קעלטער.
31
און איר מעגט עס עסן אין יעטװעדער אָרט, איר און אײַער הױזגעזינט, װאָרום דאָס איז אײַך אַ לױן פֿאַר אײַער דינסט אין אוֹהל-מוֹעד.
32
און איר װעט ניט טראָגן װעגן דעם אַ זינד, װען איר שײדט אָפּ פֿון דעם דאָס בעסטע דערפֿון. און איר זאָלט ניט פֿאַרשװעכן די הײליקײטן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, כּדי איר זאָלט ניט שטאַרבן.