אידיש
1
און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
2
רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר װעט קועמן אין דעם לאַנד פֿון אײַער באַזעצונג װאָס איך גיב אײַך,
3
און איר װעט מאַכן אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט, אַ בראַנדאָפּפֿער אָדער אַ שלאַכטאָפּפֿער, לױט אַ קלאָר אַרױסגערעדטן נדר, אָדער װי אַ פֿרײַװיליקע גאָב, אָדער אין אײַערע יָום-טוֹבֿים, כּדי צו מאַכן אַ געשמאַקן ריח צו גאָט, פֿון רינדער אָדער פֿון שאָף,
4
זאָל דער װאָס ברענגט זײַן קרבן צו גאָט, ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון אַ צענטל אֵיפֿה זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אַ פֿערטל הין אײל;
5
און װײַן פֿאַר אַ גיסאָפּפֿער, אַ פֿערטל הין, זאָלסטו מאַכן מיטן בראַנדאָפּפֿער אָדער צום שלאַכטאָפּפֿער, פֿאַר איטלעכן שעפּס.
6
אױב צו אַ װידער, זאָלסטו מאַכן אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון צװײ צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל אַ דריטל הין; און װײַן פֿאַר אַ גיסאָפּפֿער, אַ דריטל הין,
7
זאָלסטו ברענגען פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט.
8
און אַז דו װעסט מאַכן אַ יונג רינד פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער אָדער אַ שלאַכטאָפּפֿער, לױט אַ קלאָר אַרױסגערעדטן נדר, אָדער פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער צו גאָט,
9
זאָל מען ברענגען מיטן יונגן רינד אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון דרײַ צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל אַ האַלבן הין;
10
און װײַן זאָלסטו ברענגען פֿאַר אַ גיסאָפּפֿער אַ האַלבן הין, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט.
11
אַזױ זאָל געטאָן װערן צו איטלעכן אָקס, אָדער צו איטלעכן װידער, אָדער צו אַ לאַם פֿון שעפּסן אָדער פֿון ציגן.
12
װי נאָך דער צאָל װאָס איר װעט מאַכן; אַזױ זאָלט איר טאָן צו איטלעכן, לױט זײער צאָל.
13
יעטװעדער אײַנגעבאָרענער זאָל אַזױ מאַכן די דאָזיקע, בײַם ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט.
14
און אַז בײַ אײַך װעט זיך אױפֿהאַלטן אַ פֿרעמדער, אָדער װער נאָר עס װעט זײַן צװישן אײַך, אין אײַערע דָור-דורות, און ער װעט מאַכן אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט, זאָל ער טאָן אַזױ װי איר טוט.
15
קהל! אײן געזעץ זאָל זײַן פֿאַר אײַך און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף, אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דָור-דורות; װי איר, אַזױ זאָל זײַן דער פֿרעמדער פֿאַר גאָט.
16
אײן תּוֹרה און אײן דין זאָל זײַן פֿאַר אײַך און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף בײַ אײַך.
17
און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
18
רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר קומט אין דעם לאַנד װאָס איך ברענג אײַך אַהין,
19
איז, אַז איר עסט פֿון דעם ברױט פֿון לאַנד, זאָלט איר אָפּשײדן אַן אָפּשײדוגן צו גאָט.
20
דאָס ערשטע פֿון אײַערע טײגמולטערס זאָלט איר אָפּשײדן אַ כלה פֿאַר אַן אָפּשײדונג; װי די אָפּשײדוגן פֿון שײַער, אַזױ זאָלט איר עס אָפּשײדן.
21
פֿון דעם ערשטן פֿון אײַערע טײגמולטערס זאָלט איר געבן אַן אָפּשײדונג צו גאָט אױף אײַערע דָור-דורות.
22
און אַז איר װעט פֿאַרזען, און איר װעט ניט טאָן אַלע די דאָזיקע געבאָט װאָס גאָט האָט אָנגעזאָגט משהן,
23
אַלץ װאָס גאָט האָט אײַך באַפֿױלן דורך משהן, פֿון דעם טאָג װאָס גאָט האָט עס באַפֿױלן און װײַטער, אױף אײַערע דָור-דורות,
24
איז, אױב עס איז, פֿאַרהױלן פֿון די אױגן פֿון דער עדה, געטאָן געװאָרן דורך אַ פֿאַרזע, זאָל די גאַנצע עדה מאַכן אײן יונגן אָקס פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט, מיט זײַן שפּײַזאָפּפֿער און זײַן גיסאָפּפֿער, אַזױ װי דער דין; און אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער.
25
און דער כֹּהן זאָל מכפּר זײַן אױף דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און זײ זאָל פֿאַרגעבן װערן, װײַל אַ פֿאַרזע איז דאָס, און זײ האָבן געבראַכט זײער קרבן, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט, און זײער זינדאָפּפֿער פֿאַר גאָט, פֿאַר זײער פֿאַרזע.
26
און דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ, װעט פֿאַרגעבן װערן, װאָרום בײַ דעם גאַנצן פֿאָלק איז דאָס געװען דורך אַ פֿאַרזע.
27
אױב אָבער אַן אײנצלנער מענטש װעט זינדיקן דורך אַ פֿאַרזע, זאָל ער ברענגען אַ יאָריקע ציג פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער.
28
און דער כֹּהן זאָל מכפּר זײַן אױף דעם מענטשן װאָס פֿאַרזעט, װען ער זינדיקט דורך אַ פֿאַרזע פֿאַר גאָט; כּדי מכפּר צו זײַן אױף אים, אַז אים זאָל פֿאַרגעבן װערן.
29
פֿאַר דעם אײַנגעבאָרענעם צװישן די קינדער פֿון ישׂראל, און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ – אײן געזעץ זאָל זײַן בײַ אײַך פֿאַר דעם װאָס טוט עפּעס דורך אַ פֿאַרזע.
30
אָבער דער מענטש װאָס טוט מיט אַ הױכער האַנט, פֿון די אײַנגעבאָרענע, אָדער פֿון די פֿרעמדע, לעסטערט ער גאָט, און יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן איר פֿאָלק.
31
װאָרום דאָס װאָרט פֿון גאָט האָט ער פֿאַראַכט, און זײַן געבאָט האָט ער פֿאַרשטערט; פֿאַרשניטן מוז פֿאַרשניטן װערן יענע זעל, איר זינד איז אױף איר.
32
און װען די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען געװען אין דער מדבר, האָבן זײ געפֿונען אַ מאַן קלײַבנדיק האָלץ אום שבת.
33
האָבן די װאָס האָבן אים געפֿונען קלײַבנדיק האָלץ, אים געבראַכט צו משהן און צו אַהרֹנען און צו דער גאַנצער עדה.
34
און מע האָט אים אַרײַנגעזעצט אין װאַך, װאָרום עס איז ניט באַשײדט געװאָרן װאָס אים זאָל געטאָן װערן.
35
האָט גאָט געזאָגט צו משהן: טײטן זאָל געטײט װערן דער מאַן; די גאַנצע עדה זאָל אים פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער אױסן לאַגער.
36
און די גאַנצע עדה האָט אים אַרױסגעפֿירט אױסן לאַגער, און זײ האָבן אים פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער, און ער איז געשטאָרבן; אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן.
37
און גאָט האָט געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
38
רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ, זײ זאָלן זיך מאַכן פֿרענדז אױף די עקן פֿון זײערע קלײדער, אױף זײערע דָור-דורות; און זײ זאָלן אַרײַנטאָן אין די פֿרענדז פֿון עק קלײד אַ בלאָען פֿאָדים.
39
און דאָס זאָל אײַך זײַן פֿאַר ציצית, אַז איר זאָלט עס זען, און געדענקען אַלע געבאָט פֿון גאָט, און זײ טאָן, און איר זאָלט ניט נאָכגײן נאָך אײַער האַרצן און נאָך אײַערע אױגן, װאָס איר זײַט פֿאַרפֿירט נאָך זײ;
40
כּדי איר זאָלט געדענקען און טאָן אַלע מײַנע געבאָט, און זײַן הײליק צו אײַער גאָט.
41
איך בין יהוה אײַער גאָט װאָס האָט אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, אײַך צו זײַן צום גאָט: איך בין יהוה אײַער גאָט.