אידיש
1
און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
2
מאַך דיר צװײ זילבערנע טרומײטן; געהאַמערט זאָלסטו זײ מאַכן; און זײ זאָלן דיר זײַן פֿאַר צונױפֿרופֿן די עדה, און פֿאַר מאַכן ציִען די לאַגערן.
3
און אַז מע װעט בלאָזן אין זײ, זאָל זיך צונױפֿקומען צו דיר די גאַנצע עדה צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד.
4
און אױב מע װעט בלאָזן אין אײנעם, זאָלן זיך צונױפֿקומען צו דיר די פֿירשטן, די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן פֿון ישׂראל.
5
און אַז איר װעט בלאָזן אַ שאַלרוף, זאָלן ציִען די לאַגערן װאָס לאַגערן צו מזרח.
6
און אַז איר װעט בלאָזן אַ צװײטן שאַלרוף, זאָלן ציִען די לאַגערן װאָס לאַגערן צו דָרום; אַ שאַלרוף זאָל מען בלאָזן פֿאַר זײערע ציִונגען.
7
אָבער בײַם אײַנזאַמלען די אײַנזאַמלונג זאָלט איר בלאָזן, אָבער ניט אַרױסלאָזן אַ שאַלרוף.
8
און אַהרנס זין, די כֹּהנים, זאָלן בלאָזן אין די טרומײטן; און דאָס זאָל אײַך זײַן פֿאַר אַן אײביקן געזעץ אױף אײַערע דָור-דורות.
9
און אַז איר װעט גײן אױף מלחמה אין אײַער לאַנד אַקעגן דעם שׂוֹנא װאָס דריקט אײַך, זאָלט איר שאַלן אין די טרומײטן, און איר װעט דערמאָנט װערן פֿאַר יהוה אײַער גאָט, און װעט געהאָלפֿן װערן פֿון אײַערע פֿײַנט.
10
און אין אײַער טאָג פֿון שׂמחה, און אין אײַערע יָום-טוֹבֿים, און אין אײַערע רֹאש-חוֹדשן, זאָלט איר בלאָזן אין די טרומײטן אױף אײַערע בראַנדאָפּפֿער און אױף אײַערע פֿרידאָפּפֿער; און זײ װעלן אײַך זײַן צו אַ דערמאָנונג פֿאַר אײַער גאָט; איך בין יהוה אײַער גאָט.
11
און עס איז געװען אין צװײטן יאָר, אין צװײטן חוֹדש, אין צװאַנציקסטן טאָג פֿון חוֹדש, האָט זיך אױפֿגעהױבן דער װאָלקן פֿון איבערן מִשכּן פֿון געזעץ.
12
און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געצױגן אױף זײערע ציִונגען פֿון מדבר סינַי; און דער װאָלקן האָט גערוט אין מדבר פּאָרָן.
13
אַזױ האָבן זײ געצױגן צום ערשטן מאָל לױט דעם מױל פֿון גאָט דורך משהן.
14
און צוערשט האָט געצױגן די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון די קינדער פֿון יהודה, לױט זײערע מחנות; און איבער זײַן מחנה איז געװען נַחשוֹן דער זון פֿון עַמינָדָבֿן.
15
און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר, נתַנאֵל דער זון פֿון צוֹעַרן.
16
און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון זבֿולון, אֶליאָבֿ דער זון פֿון חלונען.
17
און אַז דער מִשכּן איז פֿאַנאַנדערגענומען געװאָרן, האָבן געצױגן די קינדער פֿון גֵרשוֹן, און די קינדער פֿון מרָרי, די טרעגער פֿון דעם מִשכּן.
18
און עס האָט געצױגן די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון ראובֿן, לױט זײערע מחנות; און איבער זײַן מחנה איז געװען אֶליצור דער זון פֿון שדֵיאורן,
19
און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון, שלומיאֵל דער זון פֿון צורישַדָין.
20
און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון גָד, אֶליָסָף דער זון פֿון דְעואֵלן.
21
און עס האָבן געצױגן די קהָתים, די טרעגער פֿון די הײליקע זאַכן; און מע האָט אױפֿגעשטעלט דעם מִשכּן אײדער זײ זײַנען געקומען.
22
און עס האָט געצױגן די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, לױט זײערע מחנות; און איבער זײַן מחנה איז געװען אֶלישָמָע דער זון פֿון עַמיהודן.
23
און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון מנשה, גַמליאֵל דער זון פֿון פּדָהצורן.
24
און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון בנימין, אַבֿידָן דער זון פֿון גִדעוֹנין.
25
און עס האָט געצױגן די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון די קינדער פֿון דָן, די הינטערװאַך פֿון אַלע לאַגערן לױט זײערע מחנות; און איבער זײַן לאַגער איז געװען אַחיעזר דער זון פֿון עַמישַדָין.
26
און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אָשר, פּגעִיאֵל דער זון פֿון עָכרָנען.
27
און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון נפֿתָּלי, אַחירַע דער זון פֿון עֵינָנען.
28
דאָס זײַנען די ציִונגען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל לױט זײערע מחנות; אַזױ האָבן זײ געצױגן.
29
און משה האָט געזאָגט צו חוֹבֿבֿ דעם זון פֿון רְעואֵל דעם מִדיָני, משהס שװער: מיר ציִען צו דעם אָרט װאָס גאָט האָט געזאָגט: איך װעל אים געבן צו אײַך; קום מיט אונדז, און מיר װעלן דיך באַגיטיקן, װאָרום גאָט האָט צוגעזאָגט גוטס פֿאַר ישׂראל.
30
האָט ער צו אים געזאָגט: איך װעל ניט גײן; נײַערט צו מײַן לאַנד און צו מײַן אָפּשטאַם װעל איך גײן.
31
האָט ער געזאָגט: זאָלסט אונדז ניט פֿאַרלאָזן, איך בעט דיך; דערפֿאַר װײַל דו װײסט װוּ מיר קענען לאַגערן אין מדבר, און װעסט אונדז זײַן פֿאַר אױגן.
32
און עס װעט זײַן, אַז דו װעסט גײן מיט אונדז, איז, פֿון דעם גוטס װאָס גאָט װעט אונדז באַגיטיקן, װעלן מיר דיך באַגיטיקן.
33
און זײ האָבן געצױגן פֿון דעם באַרג פֿון גאָט דרײַ טעג װעגס, און דער אָרון פֿון גאָטס בונד האָט געצױגן זײ פֿאַרױס דרײַ טעג װעגס, אױסצוזוכן פֿאַר זײ אַ רואָרט.
34
און דער װאָלקן פֿון גאָט איז געװען איבער זײ בײַ טאָג, װען זײ האָבן געצױגן פֿון לאַגער.
35
און עס איז געװען, אַז דער אָרון האָט געצױגן, האָט משה געזאָגט: שטײ אױף, גאָט, און זאָלן צעשפּרײט װערן דײַנע פֿײַנט, און זאָלן אַנטלױפֿן דײַנע שָׂונאים פֿאַר דיר!
36
און אַז ער האָט גערוט, האָט ער געזאָגט: קער אײַן, גאָט, צו די צענטױזנטן פֿון די משפּחות פֿון ישׂראל!