אידיש
1
און די מלכּה פֿון שבֿאָ האָט געהערט די הערונג פֿון שלמהן, און זי איז געקומען צו פּרוּװן שלמהן מיט רעטענישן, קײן ירושָלַיִם, מיט זײער אַ גרױסער מחנה, און קעמלען אָנגעלאָדן מיט בשׂמים און גאָלד לרָובֿ, און טײַער געשטײן. און זי איז געקומען צו שלמהן, און האָט גערעדט צו אים װעגן אַלץ װאָס איז געװען בײַ איר אין האַרצן.
2
און שלמה האָט איר געזאָגט אַלע אירע זאַכן, און ניט געװען אַ זאַך פֿאַרהױלן פֿון שלמהן, װאָס ער זאָל איר ניט זאָגן.
3
און די מלכּה פֿון שבֿאָ האָט געזען די חכמה פֿון שלמהן, און דאָס הױז װאָס ער האָט געבױט,
4
און דאָס עסן פֿון זײַן טיש, און דאָס זיצן פֿון זײַנע הױפֿדינער, און דאָס שטײן פֿון זײַנע משָרתים מיט זײערע מלבושים, און זײַנע טראַנקמײנסטערס מיט זײערע מלבושים, און זײַן אַרױפֿגאַנג װאָס ער פֿלעגט אַרױפֿגײן צו גאָטס הױז, און אין איר איז מער ניט געבליבן קײן אָטעם.
5
און זי האָט געזאָגט צום מלך: אמת איז דער קלאַנג װאָס איך האָב געהערט אין מײַן לאַנד װעגן דײַנע פֿירונגען און װעגן דײַן חכמה.
6
און איך האָב ניט געגלױבט זײערע װערטער, ביז איך בין געקומען, און מײַנע אױגן האָבן געזען; ערשט מיר איז צו מאָל אַ העלפֿט ניט דערצײלט געװאָרן פֿון דײַן גרױס חכמה; דו שטײַגסט אַריבער די הערונג װאָס איך האָב געהערט.
7
װױל צו דײַנע לײַט, און װױל צו די דאָזיקע קנעכט דײַנע װאָס שטײען פֿאַר דיר תּמיד, און הערן דײַן חכמה.
8
געלױבט איז יהוה דײַן גאָט װאָס ער האָט דיך באַגערט דיך אַרױפֿצוזעצן אױף זײַן טראָן פֿאַר אַ מלך פֿון יהוה דײַן גאָט. װײַל דײַן גאָט האָט ליב ישׂראל, כּדי אים אױפֿצושטעלן אױף אײביק, דרום האָט ער דיך געמאַכט פֿאַר אַ מלך איבער זײ, צו טאָן רעכט און גערעכטיקײט.
9
און זי האָט געגעבן דעם מלך הונדערט און צװאַצניק צענטנער גאָלד, און בשׂמים זײער פֿיל, און טײַער געשטײן; און קײן מאָל איז ניט געװען אַזעלכע בשׂמים װי יענע װאָס די מלכּה פֿון שבֿאָ האָט געגעבן שלמה המלך.
10
און אױך די קנעכט פֿון חורָמען, און די קנעכט פֿון שלמהן, װאָס האָבן געבראַכט גאָלד פֿון אוֹפֿיר, האָבן געבראַכט סאַנדאַלהאָלץ און טײַערע שטײנער.
11
און דער מלך האָט געמאַכט פֿון דעם סאַנדאַלהאָלץ שטעגן פֿאַר דעם הױז פֿון גאָט, און פֿאַר דעם הױז פֿון מלך, און האַרפֿן און גיטאַרן פֿאַר די זינגערס; און אַזױ-װאָס איז ניט געזען געװאָרן פֿריער אין לאַנד יהודה.
12
און שלמה המלך האָט געגעבן דער מלכּה פֿון שבֿֿאָ אַלע אירע באַגערן װאָס זי האָט פֿאַרלאַנגט, אַחוץ פֿאַר דעם װאָס זי האָט געבראַכט דעם מלך. און זי האָט זיך אומגעקערט, און איז אַװעקגעגאַנגען אין איר לאַנד, זי מיט אירע קנעכט.
13
און די װאָג פֿון דעם גאָלד װאָס איז אַרײַנגעקומען שלמהן אין אײן יאָר, איז געװען זעקס הונדערט און זעקס און זעכציק צענטנער גאָלד,
14
אַחוץ װאָס די אַרומפֿאָרער און די סָוחרים האָבן געבראַכט; און אַלע מלכים פֿון אַראַביע, און די לאַנדפֿירשטן האָבן שלמהן געבראַכט גאָלד און זילבער.
15
און שלמה המלך האָט געמאַכט צװײ הונדערט פּאַנצערס פֿון געשלאָגענעם גאָלד; זעקס הונדערט שֶקל געשלאָגענע גאָלד איז אַװעק אױף אײן פּאַנצער.
16
און דרײַ הונדערט שילדן פֿון געשלאָגענעם גאָלד; דרײַ הונדערט גאָלדשטיק איז אַװעק אױף אײן שילד. און דער מלך האָט זײ אַרײַנגעשטעלט אין דעם הױז פֿון לבָֿנוֹן-װאַלד.
17
און דער מלך האָט געמאַכט אַ גרױסן טראָן פֿון עלפֿנבײן, און האָט אים איבערגעצױגן מיט רײנעם גאָלד.
18
און זעקס טרעפּ זײַנען געװען צום טראָן, און אַ גילדערן פֿוסבענקל, באַפֿעסטיקט צום טראָן; און הענטלעך זײַנען געװען אױף בײדע זײַטן פֿון דעם אָרט צום זיצן, און צװײ לײבן זײַנען געשטאַנען בײַ די הענטלעך.
19
און צװעלף לײבן זײַנען דאָרטן געשטאַנען אױף די זעקס טרעפּ, פֿון דער זײַט און פֿון דער אַנדער זײַט. אַזױ-װאָס איז ניט געמאַכט געװאָרן אין קײן קיניגרײַך.
20
און אַלע טרינק-כּלים פֿון שלמה המלך זײַנען געװען פֿון גאָלד, און אַלע כּלים פֿון דעם הױז פֿון לבָֿנוֹן-װאַלד זײַנען געװען פֿון עכטן גאָלד; זילבער האָט זיך אין די טעג פֿון שלמהן גערעכנט פֿאַר גאָרנישט.
21
װאָרום דער מלך האָט געהאַט שיפֿן װאָס זײַנען געגאַנגען קײן תַּרשיש מיט די קנעכט פֿון חורָמען. אײן מאָל אין דרײַ יאָר פֿלעגן די תַּרשיש-שיפֿן קומען אָנגעלאָדן מיט גאָלד און זילבער, עלפֿנבײן, און מאַלפּעס, און פּאַװעס.
22
און שלמה המלך איז געװען גרעסער פֿון אַלע מלכים פֿון דער ערד אין עוֹשר און חכמה.
23
און אַלע מלכים פֿון דער ערד האָבן געזוכט שלמהס פּנים, כּדי צו הערן זײַן חכמה װאָס גאָט האָט אַרײַנגעגעבן אין זײַן האַרצן.
24
און זײ האָבן געבראַכט איטלעכער זײַן מתּנה, זילבערנע כּלים, און גילדערנע כּלים, און קלײדער, װאַפֿן, און בשׂמים, פֿערד און מױלאײזלען, יאָר אין יאָר.
25
און שלמה האָט געהאַט פֿיר טױזנט שטאַלן פֿערד און רײַטװעגן, און צװעלף טױזנט רײַטער, און ער האָט זײ אַװעקגעשטעלט אין די שטעט פֿאַר רײַטװעגן, און בײַם מלך אין ירושָלַיִם.
26
און ער האָט געװעלטיקט איבער אַלע מלכים, פֿון דעם טײַך און ביזן לאַנד פּלִשתּים, און ביז דעם געמאַרק פֿון מִצרַיִם.
27
און דער מלך האָט געמאַכט זילבער אין ירושָלַיִם אַזױ װי די שטײנער, און צעדערן האָט ער געמאַכט אַזױ װי די װילדע פֿײַגנבײמער װאָס אין דער נידערונג, אין פֿילקײט.
28
און פֿערד האָט מען אַרױסגעבראַכט שלמהן פֿון מִצרַיִם און פֿון אַלע לענדער.
29
און די איבעריקע זאַכן װעגן שלמהן, די ערשטע אַזױ װי די לעצטע, זײ זײַנען שױן באַשריבן אין די װערטער פֿון נָתָן דעם נבֿיא, און אין דער נבֿואה פֿון אַחיָה פֿון שילוֹ, און אין דער זעונג פֿון יֶעדוֹ דעם זעער װעגן יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן.
30
און שלמה האָט געקיניגט אין ירושָלַיִם איבער גאַנץ ישׂראל פֿערציק יאָר.
31
און שלמה האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אין דער שטאָט פֿון זײַן פֿאָטער דודן; און זײַן זון רחבֿעם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.