אידיש
1
און יאשיהון האָט געמאַכט אין ירושלים קרבן-פּסח צו גאָט; און מע האָט געשאָכטן דעם קרבן-פּסח אין פֿערצנטן טאָג פֿון ערשטן חודש.
2
און ער האָט געשטעלט די כּהנים אױף זײערע װאַכן, און האָט זײ געשטאַרקט צו דעם דינסט פֿון גאָטס הױז.
3
און ער האָט געזאָגט צו די לוִיִים װאָס האָבן געלערנט גאַנץ ישׂראל, די װאָס זײַנען געװען הײליק צו גאָט: שטעלט אַרײַן דעם הײליקן אָרון אין דעם הױז װאָס שלומה דער זון פֿון דודן, דער מלך פֿון ישׂראל, האָט געבױט; איר דאַרפֿט מער ניט טראָגן אױפֿן אַקסל; אַצונד דינט יהוה אײַער גאָט און זײַן פֿאָלק ישׂראל.
4
און ברײט אײַך אָן נאָך אײַערע פֿאָטערהײַזער לױט אײַערע אײַנטײלונגען אין דעם געשריפֿטס פֿון דוד דעם מלך פֿון ישׂראל, און אין דעם געשריפֿטס פֿון זײַן זון שלמהן.
5
און שטײט אין הײליקטום לױט די אָפּטײלונגען פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון אײַערע ברידער, די קינדער פֿון פֿאָלק, און [פֿאַר איטלעכער אָפּטײלונג] אַ טײל פֿון פֿאָטערהױז פֿון די לוִיים.
6
און שעכט דעם קרבן-פּסח, און האַלט אײַך הײליק, און גרײט צו פֿאַר אײַערע ברידער, כּדי צו טאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט דורך משהן.
7
און יאשיהו האָט אָפּגעשײדט פֿאַר די קינדער פֿון פֿאָלק שאָף: שעפּסן און יונגע ציגן -- אַלץ פֿאַרן קרבן-פּסח פֿאַר אַלע װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען – דרײַסיק טױזנט אין צאָל, און רינדער דרײַ טױזנט. די דאָזיקע זײַנען געװען פֿון דעם מלכס פֿאַרמעג.
8
און זײַנע האַרן האָבן אָפּגעשײדט אַ נדבֿה פֿאַר דעם פֿאָלק, פֿאַר די כּהנים, און פֿאַר די לוִיִים. חלקיהו, און זכריהו, און יחיאל די פֿירשטן פֿון גאָטס הױז, האָבן געגעבן די כּהנים פֿאַן קרבן-פּסח צװײ טױזנט און זעקס הונדערט [שאַָף], און רינדער דרײַ הונדערט.
9
און כּנניָהו, און שמעיָהו, און נתנאל, זײַנע ברידער, און חשבֿיהו, און יעיאל, און יוזבֿד, די האַרן פֿון די לוִיִים, האָבן אָפּגעשײדט פֿאַר די לוִיִים פֿאַרן קרבן-פּסח פֿינף טױזנט [שאַָף], און רינדער פֿינף הונדערט.
10
אַזױ איז צוגעגרײט געװאָרן דער דינסט, און די כּהנים האָבן זיך געשטעלט אױף זײער אָרט, און די לוִיִים אױף זײערע אָפּטײלונגען, לױט דעם באַפֿעל פֿון מלך.
11
און זײ האָבן געשאָכטן דעם קרבן-פּסח, און די כּהנים האָבן געשפּרענגט דאָס בלוט פֿון זײער האַנט; און די לוִיִים האָבן אָפּגעשונדן.
12
און זײ האָבן אַװעקגענומען די טײלן װאָס דאַרפֿן אױפֿגעבראַכט װערן, כּדי זײ צו געבן צו די אָפּטײלונגען פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די קינדער פֿון פֿאָלק אױף מקריבֿ זײַן צו גאָט, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דעם בוך פֿון משהן; און דאָס גלײַכן מיט די רינדער.
13
און זײ האָבן געבראָטן דעם קרבן-פּסח אױפֿן פֿײַער, אַזױ װי דער דין; און די געהײליקטע קרבנות האָבן זײ געקאָכט אין טעפּ, און אין קעסלען, און אין פֿאַנען, און פֿאַנאַנדערגעטראָגן אױף גיך צו אַלע קינדער פֿון פֿאָלק.
14
און דערנאָך האָבן זײ צוגעגרײט פֿאַר זיך און פֿאַר די כּהנים; װאָרום די כּהנים, די קינדער פֿון אַהרן, זײַנען געװען פֿאַרנומען מיט אױפֿברענגען די טײלן װאָס דאַרפֿן אױפֿגעבראַכט װערן און דאָס פֿעטס, ביז נאַכט; דרום האָבן די לוִיִים צוגעגרײט אי פֿאַר זיך, אי פֿאַר די כּהנים, די קינדער פֿון אַהרן.
15
און די זינגערס, די קינדער פֿון אָסף, זײַנען געװען אױף זײער אָרט, לױט דעם באַפֿעל פֿון דודן, און אָסף, און הימן, און ידותון דעם מלכס זעער. און די טױערלײַט זײַנען געװען בײַ איטלעכן טױער. זײ האָבן ניט געדאַרפֿט אָפּטרעטן פֿון זײער דינסט, װאָרום זײערע ברידער די לוִיִים האָבן צוגעגרײט פֿאַר זײ.
16
אַזױ איז צוגעגרײט געװאָרן דער גאַנצער דינסט פֿון גאָט אין יענעם טאָג, צו מאַכן דעם קרבן-פּסח, און אױפֿצוברענגען בראַנדאָפּפֿער אױפֿן מזבח פֿון גאָט, לױט דעם באַפֿעל פֿון דעם מלך יאשיהו.
17
און די קינדער פֿון ישׂראל װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען, האָבן געמאַכט דעם קרבן-פּסח אין יענער צײַט, און דעם יום־טובֿ פֿון מצות זיבן טעג.
18
און אַ קרבן-פּסח אַזאַ װי דער איז ניט געמאַכט געװאָרן פֿון די טעג פֿון שמואל דעם נבֿיא אָן; און אַלע מלכים פֿון ישׂראל האָבן ניט געמאַכט אַזאַ קרבן-פּסח װי עס האָט געמאַכט יאשיהו, און די כּהנים, און די לוִיִים, און גאַנץ יהודה און ישׂראל װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען, און די באַװױנער פֿון ירושלים.
19
אין אַכצנטן יאָר פֿון יאשיהוס מלוכה איז געמאַכט געװאָרן דער דאָזיקער פּסח.
20
נאָך דעם אַלעם, אַז יאשיהו האָט געהאַט צוגעגרײט דאָס הױז, איז אַרױפֿגעגאַנגען נכו דער מלך פֿון מצרים, מלחמה צו האַלטן אױף כּרכּמיש בײַם פּרת, און יאשיהו איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן אים.
21
האָט ער געשיקט שלוחים צו אים אַזױ צו זאָגן: װאָס קער איך זיך אָן מיט דיר, מלך פֿון יהודה? ניט קעגן דיר איז דאָס הײַנט, נאָר קעגן דעם הױז מיט װעמען איך בין אין מלחמה; און גאָט האָט אָנגעזאָגט מיך צו אײַלן; האַלט זיך אָפּ פֿון גאָט װאָס איז מיט מיר, כּדי ער זאָל דיך ניט אומברענגען.
22
אָבער יאשיהו האָט ניט אָפּגעקערט זײַן פּנים פֿון אים, נאָר מלחמה האַלטן מיט אים האָט ער געזוכט; און ער האָט ניט צוגעהערט צו די װערטער פֿון נכון, פֿון גאָטס מױל אַרױס, און ער איז געקומען מלחמה האַלטן אין דעם טאָל פֿון מגדו.
23
האָבן די בױגנשיסערס געשאָסן אױף דעם מלך יאשיהו, און דער מלך האָט געזאָגט צו זײַנע קנעכט: נעמט מיך אַװעק, װאָרום איך בין שטאַרק פֿאַרװוּנדט געװאָרן.
24
האָבן אים די קנעכט אַראָפּגענומען פֿון זײַן רײַטװאָגן, און האָבן אים אַרױפֿגעזעצט אױף דעם צװײטן רײַטװאָגן װאָס ער האָט געהאַט, און אים אַװעקגעפֿירט קײן ירושלים. און ער איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין די קבֿרים פֿון זײַנע עלטערן. און גאַנץ יהודה און ירושלים האָבן געטרױערט אױף יאשיהון.
25
און ירמיהו האָט געקלאָגט אױף יאשיהון, און אַלע זינגערס און זינגערינס האָבן גערעדט אין זײערע קלאָגלידער פֿון יאשיהון, ביז אױף הײַנט. און מע האָט זײ געמאַכט פֿאַר אַ מנהג אין ישׂראל, און זײ זײַנען פֿאַרשריבן אין די קלאָגלידער.
26
און די איבעריקע זאַכן װעגן יאשיהון, און זײַנע חסדים, לױט װי עס שטײט געשריבן אין דער תּורה פֿון גאָט,
27
און זײַנע אױפֿטוען, די ערשטע אַזױ װי לעצטע, זײ זײַנען באַשריבן אין בוך פֿון די מלכים פֿון ישׂראל און יהודה.