אידיש
1
און אַז מע האָט דאָס אַלץ געענדיקט, זײַנען אַרױסגעגאַנגען אַלע ישׂראל װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען, צו די שטעט פֿון יהודה, און זײ האָבן צעבראָכן די זײַלשטײנער, און אָפּגעהאַקט די געצנבײמער, און אײַנגעװאָרפֿן די במות און די מזבחות, פֿון גאַנץ יהודה און בנימין, און אין אפֿרים און מנשה, ביז צום פֿאַרלענדן. און אַלע קינדער פֿון ישׂראל האָבן זיך אומגעקערט איטלעכער צו זײַן אײגנטום אין זײערע שטעט.
2
און יחזקיהו האָט באַשטימט די אָפּטײלונג פֿון די כּהנים און די לוִיִים לױט זײערע אָפּטײלונגען, איטלעכן װי נאָך זײַן דינסט, סײַ די כּהנים סײַ די לוִיִים. פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און פֿאַר פֿרידאָפּפֿער, אױף צו דינען, און צו דאַנקען און לױבן אין די טױערן פֿון גאָטס לאַגערן;
3
און דעם מלכס צושטײַער פֿון זײַן פֿאַרמעג פֿאַר די בראַנדאָפּפֿער – פֿאַר די בראַנדאָפּפֿער פֿון אין דער פֿרי און פֿון אָװנט, און די בראַנדאָפּפֿער פֿון די שבתים, און פֿון ראש־חודש, און פֿון די יום־טובֿים, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דער תּורה פֿון גאָט.
4
און ער האָט אָנגעזאָגט דעם פֿאָלק, די באַװױנער פֿון ירושלים, צו געבן דעם טײל פֿון די כּהנים און די לוִיִים, כּדי זײ זאָלן זיך האַלטן אָן דער תּורה פֿון גאָט.
5
און װי דאָס װאָרט איז פֿאַרשפּרײט געװאָרן, אַזױ האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געבראַכט פֿיל ערשטע פֿון תּבֿואה, װײַן, און אײל, און האָניק, און אַלערלײ אײַנקום פֿון פֿעלד, און מעשׂר פֿון אַלצדינג האָבן זײ געבראַכט לרובֿ.
6
און די קינדער פֿון ישׂראל און יהודה װאָס זײַנען געזעסן אין די שטעט פֿון יהודה, זײ אױך האָבן געבראַכט מעשׂר פֿון רינדער און שאָף, און מעשׂר פֿון די הײליקע גאָבן װאָס זײַנען געהײליקט געװאָרן צו יהוה זײער גאָט; און זײ האָבן אָנגעלײגט הױפֿנס-הױפֿנסװײַז.
7
אין דריטן חודש האָט מען אָנגעהױבן לײגן דעם גרונט פֿון די הױפֿנס, און אין זיבעטן חודש האָט מען געענדיקט.
8
זײַנען געקומען יחזקיהו און די האַרן, און זײ האָבן באַקוקט די הױפֿנס, און האָבן געבענטשט גאָט און זײַן פֿאָלק ישׂראל.
9
און יחזקיהו האָט געפֿרעגט די כּהנים און די לוִיִים װעגן די הױפֿנס.
10
האָט אים געענטפֿערט עזריהו דער כּהן-גדול פֿון דעם הױז פֿון צדוק, און האָט געזאָגט: זינט מע האָט אָנגעהױבן ברענגען די אָפּשײדונג אין הױז פֿון גאָט, האָבן מיר געגעסן צו זאַט, און נאָך איבערגעלאָזט פֿיל; װאָרום גאָט האָט געבענטשט זײַן פֿאָלק; און װאָס איז איבערגעבליבן איז די דאָזיקע הורבע.
11
האָט יחזקיהו געהײסן צוגרײטן קאַמערן אין גאָטס הױז, און מע האָט צוגעגרײט.
12
און מע האָט ערלעך אַרײַנגעבראַכט די אָפּשײדונג, און דעם מעשׂר, און די הײליקע גאָבן; און דער אָנפֿירער איבער זײ איז געװען כּנניהו דער לױ, און זײַן ברודער שמעי, דער צװײטער.
13
און יחיִאל, און עזזיָהו, און נחת, און עשׂהאל, און ירימות, און יוזבֿד, און אליאל, און יסמכיהו, און מחת, און בניהו, זײַנען געװען אױפֿזעערס אונטער דער האַנט פֿון כּנניהון און זײַן ברודער שמעין, לױט דעם באַפֿעל פֿון דעם מלך יחזקיהו און עזריהו דעם פֿירשט פֿון גאָטס הױז.
14
און קורא דער זון פֿון ימנהן, דער לֵוִי, דער טױערמאַן אין מזרח, איז געװען איבער די נדבֿות צו גאָט, אױף פֿאַנאַנדערצוטײלן די אָפּשײדונג פֿון גאָט און די גאָר הײליקע גאָבן.
15
און אונטער אים איז געװען עדן, און מנימין, און ישוע, און שמעיהו, אַמריהו, און שכניהו, און די שטעט פֿון די כּהנים, כּדי ערלעך צו געבן צו זײערע ברידער לױט די אָפּטײלונגען, אַזױ דעם גרױסן אַזױ דעם קלײנעם. -
16
אַחוץ צו די װאָס זײַנען געװען פֿאַרצײכנט פֿון מאַנספּאַרשױנען, פֿון דרײַ יאָר אַלט און העכער, אַלע װאָס קומען אין הױז פֿון גאָט לױט דעם טאָגטעגלעכן באַדאַרף צו זײער דינסט אױף זײערע װאַכן לױט זײערע אָפּטײלונגען.
17
און די פֿאַרצײכעניש פֿון די כּהנים לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, און פֿון די לוִיִים, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איז געװען לױט זײערע װאַכן אין זײערע אָפּטײלונגען –
18
און צו די װאָס זײַנען געװען פֿאַרצײכנט פֿון אַלע זײערע קלײנע קינדער, זײערע װײַבער, און זײערע זין, און זײערע טעכטער – צו דער גאַנצער עדה; װאָרום אין זײער ערלעכקײט האָבן זײ זיך געהײליקט צום הײליקן דינסט.
19
און פֿאַר די קינדער פֿון אַהרן, די כּהנים, אין די אָפֿענע פֿעלדער פֿון זײערע שטעט, זײַנען געװען אין איטלעכער שטאָט מענטשן װאָס זײַנען געװען אָנגערופֿן מיט די נעמען, צו געבן חלקים צו אַלע מאַנספּֿאַרשױנען צװישן די כּהנים, און צו אַלע װאָס זײַנען געװען פֿאַרצײכנט צװישן די לוִיִים.
20
און אַזױ האָט יחזקיהו געטאָן אין גאַנץ יהודה. און ער האָט געטאָן װאָס איז גוט און רעכטפֿאַרטיק און װאָרהאַפֿטיק פֿאַר יהוה זײַן גאָט.
21
און אין איטלעכער זאַך װאָס ער האָט אָנגעהױבן אין דעם דינסט פֿון גאָטס הױז, און אין דער תּורה און אין דעם געבאָט, כּדי צו זוכן זײַן גאָט, האָט ער מיט זײַן גאַנצן האַרצן געאַרבעט, און האָט באַגליקט.