אידיש
1
און יחזקיהו האָט געשיקט צו גאַנץ ישׂראל און יהודה, און ער האָט אױך געשריבן בריװ צו אפֿריִם און מנשה, צו קומען אין הױז פֿון גאָט אין ירושלים צו מאַכן דעם קרבן-פּסח צו יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל.
2
און דער מלך און זײַנע האַרן און די גאַנצע עדה אין ירושלים האָבן זיך באַקלערט צו מאַכן דעם קרבן-פּסח אין צװײטן חודש.
3
װאָרום זײ האָבן אים ניט געקענט מאַכן אין יענער צײַט, װײַל ניט גענוג כּהנים האָבן זיך געהאַט געהײליקט, און דאָס פֿאָלק איז ניט געװען אײַנגעזאַמלט אין ירושלים.
4
און די זאַך איז געװען גלײַך אין די אױגן פֿון מלך, און אין די אױגן פֿון דער גאַנצער עדה.
5
און זײ האָבן באַשטימט די זאַך, אַרױסצולאָזן אַן אױסרוף אין גאַנץ ישׂראל, פֿון באר-שבֿע און ביז דָן, צו קומען מאַכן קרבן-פּסח צו יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל אין ירושלים; װאָרום מע האָט אים שױן פֿון לאַנג ניט געהאַט געמאַכט אַזױ װי עס שטײט געשריבן.
6
און די לױפֿערס זײַנען געגאַנגען מיט בריװ פֿון דער האַנט פֿון מלך און זײַנע האַרן, דורך גאַנץ ישׂראל און יהודה, און לױט דעם באַפֿעל פֿון דעם מלך, אַזױ צו זאָגן: קינדער פֿון ישׂראל, קערט אײַך אום צו יהוה דעם גאָט פֿון אַבֿרהם, יצחק, און ישׂראל, כּדי ער זאָל זיך אומקערן צו די אַנטרונענע װאָס זײַנען אײַך געבליבן פֿון דער האַנט פֿון די מלכים פֿון אשור.
7
און איר זאָלט ניט זײַן װי אײַערע פֿאָטערס, און אַזױ װי אײַערע ברידער, װאָס האָבן געפֿעלשט אָן יהוה דעם גאָט פֿון זײערע עלטערן, און ער האָט זײ געמאַכט פֿאַר אַ בײזװוּנדער, אַזױ װי איר זעט.
8
אצונד, זאָלט איר ניט האַרט מאַכן אײַער נאַקן אַזױ װי אײַערע עלטערן; גיט די האַנט צו גאָט, און קומט אין זײַן הײליקטום װאָס ער האָט געהײליקט אױף אײביק, און דינט יהוה אײַער גאָט, כּדי זײַן גרימצאָרן זאָל זיך אָפּקערן פֿון אײַך.
9
װאָרום אַז איר װעט זיך אומקערן צו גאָט, װעלן אײַערע ברידער און אײַערע זין קריגן דערבאַרימונג בײַ זײערע פֿאַנגערס, און זיך אומקערן צו דעם דאָזיקן לאַנד, װאָרום דערבאַרימדיק און לײַטזעליק איז יהוה אײַער גאָט, און ער װעט ניט אָפּקערן דעם פָּנים פֿון אײַך, אַז איר װעט זיך אומקערן צו אים.
10
און די לױפֿערס זײַנען געגאַנגען פֿון שטאָט דורך לאַנד אפֿרים און מנשה, און ביז זבֿוּלון; אָבער מע האָט געלאַכט פֿון זײ און געשפּעט פֿון זײ.
11
נאָר טײל פֿון אָשר און מנשה און זבֿוּלון זײַנען געװאָרן אונטערטעניק, און זײַנען געקומען קײן ירושלים.
12
אױך אין יהודה איז געװען די האַנט פֿון גאָט צו געבן אײן האַרץ צו טאָן דעם באַפֿעל פֿון דעם מלך און האַרן, לױט דעם װאָרט פֿון גאָט.
13
און עס האָבן זיך אױפֿגעקליבן אין ירושלים אַ סך פֿאָלק צו מאַכן דעם יום־טובֿ פֿון מצות אין צװײטן חודש – זײער אַ גרױסע אײַנזאַמלונג.
14
און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן אָפּגעטאָן די מזבחות װאָס אין ירושלים, און אַלע רײכערערטער האָבן זײ אָפּגעטאָן און אַרײַנגעװאָרפֿן אין טײַך קדרון.
15
און זײ האָבן געשאָכטן דעם קרבן-פּסח אין פֿערצנטן טאָג פֿון צװײטן חודש; און די כּהנים און די לוִיִים האָבן זיך געשעמט, און זײ האָבן זיך געהײליקט, און געבראַכט בראַנדאָפּפֿער אין הױז פֿון גאָט.
16
און זײ זײַנען געשטאַנען אױף זײער אָרט, אַזױ װי זײער דין, לױט דער תּורה פֿון משה דעם געטלעכן מאַן; די כּהנים האָבן געשפּרענגט דאָס בלוט פֿון דער האַנט פֿון די לוִיִים.
17
װאָרום אַ סך זײַנען געװען אין דער אײַנזאַמלונג װאָס האָבן זיך ניט געהײליקט; דרום זײַנען די לוִיִים געװען איבער דער שעכטונג פֿון דעם קרבן-פּסח פֿאַר איטלעכן װאָס איז ניט רײן, כּדי צו הײליקן צו גאָט.
18
װײַל דאָס רובֿ פֿון דעם פֿאָלק, צומײנסט פֿון אפֿרים און מנשה, ישׂשׂכר און זבֿולון, האָבן זיך ניט גערײניקט; נאָר זײ האָבן געגעסן דעם קרבן-פּסח ניט װי עס שטײט געשריבן, װײַל יחזקיהו האָט מתפּלל געװען אױף זײ, אַזױ צו זאָגן: גאָט דער גוטער זאָל מכפּר זײַן אױף
19
איטלעכן װאָס האָט געקערט זײַן האַרץ צו זוכן גאָט יהוה, דעם גאָט פֿון זײַנע עלטערן, הגם ניט לױט דער רײנקײט װאָס מע דאַרֿף בײַ הײליקײט.
20
און גאָט האָט צוגעהערט יחזקיהו, און ער האָט פֿאַרשױנט דאָס פֿאָלק.
21
און די קינדער פֿון ישׂראל װאָס האָבן זיך געפֿונען אין ירושלים, האָבן געמאַכט דעם יום־טובֿ פֿון מצות זיבן טעג מיט גרױס שׂמחה; און די לוִיִים און די כּהנים האָבן געלױבט גאָט טאָג אין טאָג, מיט שטאַרקע כּלי־זמר צו גאָט.
22
און יחזקיהו האָט גערעדט צום האַרצן פֿון די לוִיִים װאָס זײַנען געװען װױלפֿאַרשטאַנדיק װעגן גאָט. און זײ האָבן געגעסן די זיבן טעג פֿון יום־טובֿ, שלאַכטנדיק שלאַכטאָפּפֿער, און דאַנקאָפּפֿער יהוה דעם גאָט פֿון זײערע עלטערן.
23
און די גאַנצע אײַנזאַמלונג האָט זיך באַקלערט צו מאַכן נאָך אַנדערע זיבן טעג; און זײ האָבן געמאַכט זיבן טעג אַ שׂמחה.
24
װאָרום דער מלך יחזקיהו האָט מנדבֿ געװען פֿאַר דער אײַנזאַמלונג טױזנט אָקסן און זיבן טױזנט שאָף, און די האַרן האָבן מנדבֿ געװען פֿאַר דער אײַנזאַמלונג טױזנט אָקסן און צען טױזנט שאָף, און פֿיל כּהנים האָבן זיך געהײליקט.
25
און די גאַנצע אײַנזאַמלונג פֿון יהודה, און די כּהנים און די לוִיִים, און די גאַנצע אײַנזאַמלונג װאָס איז געקומען פֿון ישׂראל, און די פֿרעמדע װאָס זײַנען געקומען פֿון לאַנד ישׂראל, אָדער װאָס זײַנען געזעסן אין יהודה, האָבן זיך געפֿרײט.
26
און עס איז געװען אַ גרױסע שׂמחה אין ירושלים, װאָרום פֿון די טעג פֿון שלמה דעם זון פֿון דוד, דעם מלך פֿון ישׂראל, איז אַזױ-װאָס ניט געװען אין ירושלים.
27
און די כּהנים און די לעװיִים זײַנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן געבענטשט דאָס פֿאָלק, און זײער קול איז צוגעהערט געװאָרן, און זײער תּפֿילה איז געקומען צו זײַן הײליקער װױנונג, אין הימל.