אידיש
1
צװאַנציק יאָר איז אָחז אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און זעכצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און ער האָט ניט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון גאָט, אַזױ װי זײַן פֿאָטער דוד.
2
נאָר איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. און ער האָט אױך געמאַכט געגאָסענע בילדער צו די בעל-געטער;
3
און ער האָט גערײכערט אין דעם טאָל פֿון בן-הנום, און האָט פֿאַרברענט זײַנע זין אין פֿײַער, אַזױ װי די אומװערדיקײטן פֿון די פֿעלקער װאָס גאָט האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל.
4
און ער האָט געשלאַכט און גערײכערט אױף די במות, און אױף די בערגלעך, און אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם.
5
און יהוה זײַן גאָט האָט אים געגעבן אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון ארם; און זײ האָבן אים געשלאָגן, און האָבן געפֿאַנגען פֿון אים אַ גרױס געפֿאַנגענשאַפֿט, און געבראַכט קײן דרמשׂק. און אױך אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון ישׂראל איז ער געגעבן געװאָרן, און ער האָט אים געשלאָגן אַ גרױסן שלאַק.
6
און פּקח דער זון פֿון רמליַהון האָט אױסגעהרגעט אין יהודה הונדערט און צװאַנציק טױזנט אין אײן טאָג, אַלע העלדישע יונגען; פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַרלאָזן יהוה דעם גאָט פֿון זײערע עלטערן.
7
און זכרי דעם גיבור פֿון אפֿרָיִם האָט געהרגעט מעשׂיהו דעם זון פֿון מלך, און עזריקם דעם פֿירשט פֿון הױז, און אלקָנה דעם שני-למלך.
8
און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געפֿאַנגען פֿון זײערע ברידער צװײ הונדערט טױזנט װײַבער, זין, און טעכטער, און אױך פֿיל זאַקרױב האָבן זײ גערױבט פֿון זײ, און געבראַכט דעם זאַקרױב קײן שומרון.
9
און דאָרטן איז געװען אַ נבֿיא פֿון גאָט װאָס זײַן נאָמען איס געװען עודד; איז ער אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן דעם חיל װאָס איז געקומען קײן שומרון. און ער האָט צו זײ געזאָגט: זעט, פֿון װעגן דעם גרימצאָרן פֿון יהוה דעם גאָט פֿון אײַערע עלטערן אױף יהודה האָט ער זײ געגעבן אין אײַער האַנט, אָבער איר האָט זײ געהרגעט מיט אַ צאָרן װאָס גרײכט צום הימעל.
10
און אַצונד װילט איר די קינדער פֿון יהודה און ירושלים באַצװינגען פֿאַר קנעכט און פֿאַר דינסטן צו אײַך. זײַנען דען ניטאָ אַפֿילו בײַ אײַך אַלײן פֿאַרשולדיקונגען אַקעגן גאָט אײַער האַר?
11
דרום הערט מיך צו אַצונד, און קערט אום די געפֿאַנגענשאַפֿט װאָס איר האָט געפֿאַנגען פֿון אײַערע ברידער, װאָרום דער גרימצאָרן פֿון גאָט איז אױף אײַך.
12
האָבן עטלעכע פֿון די הױפּטלײַט פֿון די קינדער פֿון אפֿריִם, עזריהו דער זון פֿון יהוחננען, ברכיָהו דער זון פֿון משלמותן, און יחזקיָהו דער זון פֿון שלומען, און אמשׂאָ דער זון פֿון חדלין, זיך אױפֿגעשטעלט אַקעגן די װאָס זײַנען געקומען פֿון דער מלחמה.
13
און זײ האָבן צו זײ געזאָגט: איר זאָלט ניט ברענגען אַהער די געפֿאַנגענע, װאָרום אַ פֿאַרשולדיקונג אַקעגן גאָט װילט איר ברענגען אױף אונדז, נאָך צוצולײגן צו אונדזערע זינד און צו אונדזערע פֿאַרשולדיקונג; װאָרום גרױס איז אונדזער פֿאַרשולדיקונג און אַ גרימצאָרן איז אױף ישׂראל.
14
האָבן די באַװאָפֿענטע אַװעקגעלאָזט די געפֿאַנגענע און דעם רױב, פֿאַר די פֿירשטן און דער גאַנצער אײַנזאַמלונג.
15
און די מענער װאָס זײַנען אָנגערופֿן געװאָרן מיט די נעמען, זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און האָבן גענומען די געפֿאַנגענע, און אַלע זײערע נאַקעטע האָבן זײ באַקלײדט פֿון דעם זאַקרױב; און אַז זײ האָבן זײ באַקלײדט און זײ באַשוכט, און זײ געגעבן עסן און טרינקען, און זײ באַזאַלבט, האָבן זײ אַלע זײערע שװאַכע אַװעקגעפֿירט אױף אײזלען, און זײ געבראַכט קײן יריחו דער שטאָט פֿון טײטלבױמער, צו זײערע ברידער, און האָבן זיך אומגעקערט קײן שומרון.
16
אין יענער צײַט האָט דער מלך אָחז געשיקט צו די מלכים פֿון אשור, זײ זאָלן אים העלפֿן.
17
װאָרום די אדומים זײַנען װידער געקומען, און האָבן געשלאָגן יהודה און געפֿאַנגען געפֿאַנגענע.
18
און די פּלשתּים האָבן זיך צעשפּרײט אין די שטעט פֿון דער נידערונג, און פֿון דרום יהודה, און זײ האָבן באַצװוּנגען בית-שמש, און אילון, און גדרות, און שׂוכו מיט אירע טעכטערשטעט, און תּמנה מיט אירע טעכטערשטעט, און גמזו מיט אירע טעכטערשטעט; און זײ האָבן זיך דאָרטן באַזעצט.
19
װאָרום גאָט האָט געמאַכט אונטערטעניק יהודה פֿון װעגן אָחז דעם מלך פֿון ישׂראל, װײַל ער האָט געװילדעװעט אין יהודה און געפֿעלשט אַ פֿעלשונג אָן גאָט.
20
און תּלגת-פּלנסר, דער מלך פֿון אשור, איז געקומען אױף אים, און האָט אים געדריקט און אים ניט געשטאַרקט.
21
װאָרום אָחז האָט אױסגעלײדיקט דאָס הױז פֿון גאָט, און דאָס הױז פֿון דעם מלך און די פֿירשטן, און אַװעקגעגעבן דעם מלך פֿון אשור, אָבער עס האָט אים ניט געהאָלפֿן.
22
און אין דער צײַט װאָס אים האָט צוגעדריקט האָט ער נאָך מער געפֿעלשט אָן גאָט, דער דאָזיקער מלך אָחז.
23
און ער האָט געשלאַכט צו די געטער פֿון דרמשׂק װאָס האָט אים געשלאָגן, און ער האָט געזאָגט: װײַל די געטער פֿון די מלכים פֿון ארם העלפֿן זײ, דרום װעל איך שלאַכטן צו זײ, אַז זײ זאָלן מיך העלפֿן. און זײ זײַנען געװען אַ שטרױכלונג פֿאַר אים און פֿאַר גאַנץ ישׂראל.
24
און אָחז האָט אײַנגעזאַמלט די כּלים פֿון גאָטס הױז און פֿאַרשלאָסן די טירן פֿון גאָטס הױז, און זיך געמאַכט מזבחות אױף יעטװעדער װינקל אין ירושלים.
25
און אין יעטװעדער שטאָט פֿון יהודה האָט ער געמאַכט במות אױף צו רײכערן צו פֿרעמדע געטער, און האָט דערצערנט יהוה דעם גאָט פֿון זײַנע עלטערן.
26
און די איבעריקע זאַכן װעגן אים, און אַלע זײַנע פֿירונגען, די ערשטע אַזױ װי די לעצטע, זײ זײַנען באַשריבן אין בוך פֿון די מלכים פֿון יהודה און ישׂראל.
27
און אָחז האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אין שטאָט, אין ירושלים; װאָרום מע האָט אים ניט געבראַכט אין די קבֿרים פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. און זײַן זון יחזקיהו איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.