Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿינֿף און צװאַנציק יאָר איז יותם אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און זעכצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען ירושה די טאָכטער פֿון צדוקן. 2 און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון גאָט, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער עוּזיָהו האָט געטאָן; נאָר ער איז ניט אַרײַנגעגאַנגען אין היכל פֿון גאָט. אָבער דאָס פֿאָלק איז נאָך אַלץ געװען פֿאַרדאָרבן. 3 ער האָט געבױט דעם אױבערשטן טױער פֿון גאָטס הױז, און אין דער מױער פֿון עופֿל האָט ער פֿיל געבױט. 4 און ער האָט געבױט שטעט אין די בערג פֿון יהודה, און אין די װעלדער האָט ער געבױט פּאַלאַצן און טורעמס. 5 און ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט דעם מלך פֿון די קינדער פֿון עמון, און האָט זײ איבערגעשטאַרקט, און די קינדער פֿון עמון האָבן אים געגעבן אין יענעם יאָר הונדערט צענטנער זילבער, און טױזנט כּור װײץ, און גערשטן צען טױזנט. דאָס אײגענע האָבן אים די קינדער פֿון עמון געבראַכט אױך אױפֿן צװײטן יאָר און אױפֿן דריטן. 6 און יותם איז געװאָרן שטאַרק, װאָרום ער האָט אױפֿגעפּאַסט זײַנע װעגן פֿאַר יהוה זײַן גאָט. 7 און די איבעריקע זאַכן װעגן יותמען, און אַלע זײַנע מלחמות, און זײַנע פֿירונגען, זײ זײַנען באַשריבן אין בוך פֿון די מלכים פֿון ישׂראל און יהודה. 8 פֿינף און צװאַנציק יאָר איז ער אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און זעכצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. 9 און יותם האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אין דודס-שטאָט. און זײַן זון אָחז איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.
עברית
1 בֶּן־עֶשְׂרִ֨ים וְחָמֵ֤שׁ שָׁנָה֙ יוֹתָ֣ם בְּמָלְכ֔וֹ וְשֵׁשׁ־עֶשְׂרֵ֣ה שָׁנָ֔ה מָלַ֖ךְ בִּֽירוּשָׁלָ֑͏ִם וְשֵׁ֣ם אִמּ֔וֹ יְרוּשָׁ֖ה בַּת־צָדֽוֹק׃ 2 וַיַּ֨עַשׂ הַיָּשָׁ֜ר בְּעֵינֵ֣י יְהוָ֗ה כְּכֹ֤ל אֲשֶׁר־עָשָׂה֙ עֻזִּיָּ֣הוּ אָבִ֔יו רַ֕ק לֹא־בָ֖א אֶל־הֵיכַ֣ל יְהוָ֑ה וְע֥וֹד הָעָ֖ם מַשְׁחִיתִֽים׃ 3 ה֗וּא בָּנָ֛ה אֶת־שַׁ֥עַר בֵּית־יְהוָ֖ה הָעֶלְי֑וֹן וּבְחוֹמַ֥ת הָעֹ֛פֶל בָּנָ֖ה לָרֹֽב׃ 4 וְעָרִ֥ים בָּנָ֖ה בְּהַר־יְהוּדָ֑ה וּבֶחֳרָשִׁ֣ים בָּנָ֔ה בִּֽירָנִיּ֖וֹת וּמִגְדָּלִֽים׃ 5 וְ֠הוּא נִלְחַ֞ם עִם־מֶ֣לֶךְ בְּנֵי־עַמּוֹן֮ וַיֶּחֱזַ֣ק עֲלֵיהֶם֒ וַיִּתְּנוּ־ל֨וֹ בְנֵֽי־עַמּ֜וֹן בַּשָּׁנָ֣ה הַהִ֗יא מֵאָה֙ כִּכַּר־כֶּ֔סֶף וַעֲשֶׂ֨רֶת אֲלָפִ֤ים כֹּרִים֙ חִטִּ֔ים וּשְׂעוֹרִ֖ים עֲשֶׂ֣רֶת אֲלָפִ֑ים זֹ֗את הֵשִׁ֤יבוּ לוֹ֙ בְּנֵ֣י עַמּ֔וֹן   ס וּבַשָּׁנָ֥ה הַשֵּׁנִ֖ית וְהַשְּׁלִשִֽׁית׃ 6 וַיִּתְחַזֵּ֖ק יוֹתָ֑ם כִּ֚י הֵכִ֣ין דְּרָכָ֔יו לִפְנֵ֖י יְהוָ֥ה אֱלֹהָֽיו׃ 7 וְיֶתֶר֙ דִּבְרֵ֣י יוֹתָ֔ם וְכָל־מִלְחֲמֹתָ֖יו וּדְרָכָ֑יו הִנָּ֣ם כְּתוּבִ֔ים עַל־סֵ֥פֶר מַלְכֵֽי־יִשְׂרָאֵ֖ל וִיהוּדָֽה׃ 8 בֶּן־עֶשְׂרִ֧ים וְחָמֵ֛שׁ שָׁנָ֖ה הָיָ֣ה בְמָלְכ֑וֹ וְשֵׁשׁ־עֶשְׂרֵ֣ה שָׁנָ֔ה מָלַ֖ךְ בִּירוּשָׁלָֽ͏ִם׃ 9 וַיִּשְׁכַּ֤ב יוֹתָם֙ עִם־אֲבֹתָ֔יו וַיִּקְבְּר֥וּ אֹת֖וֹ בְּעִ֣יר דָּוִ֑יד וַיִּמְלֹ֛ךְ אָחָ֥ז בְּנ֖וֹ תַּחְתָּֽיו׃   פ