אידיש
1
זיבן יאָר איז יואָש אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און פֿערציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען צבֿיה פֿון באר־שבֿע.
2
און יואָש האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון גאָט אַלע טעג פֿון יהױדע דעם כּהן.
3
און יהוידע האָט פֿאַר אים גענומען צװײ װײַבער; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
4
און עס איז געװען נאָך דעם, האָט יואָש געהאַט אין האַרצן צו באַנײַען דאָס הױז פֿון גאָט.
5
און ער האָט אײַנגעזאַמלט די כּהנים און די לוִיִים, און ער האָט צו זײ געזאָגט׃ גײט אַרױס צו די שטעט פֿון יהודה, און קלײַבט אױף פֿון גאַנץ ישׂראל געלט אױף צו פֿאַרריכטן דאָס הױז פֿון אײַער גאָט פֿון יאָר צו יאָר; און איר זאָלט אײַך אײַלן װעגן דער זאַך. אָבער די לוִיִים האָבן זיך ניט געאײַלט.
6
האָט דער מלך גערופֿן יהױדע דעם הױפּֿט, און האָט צו אים געזאָגט׃ פֿאַר װאָס האָסטו ניט פֿאַרלאַנגט פֿון די לוִיִים, צו ברענגען די אָפּגאָב [אַרױפֿגעלײגט] פֿון משה דעם קנעכט פֿון גאָט, און פֿון דער אײַנזאַמלונג פֿון ישׂראל, פֿאַר דעם געצעלט פֿון געזעץ?
7
װאָרום עתליהו די מרשעת, אירע זין האָבן צעבראָכן דאָס הױז פֿון גאָט, און אױך אַלע געהײליקטע זאַכן פֿון גאָטס הױז האָבן זײ פֿאַרטאָן פֿאַר די בעל־געטער.
8
און דער מלך האָט געהײסן, און מע האָט געמאַכט אַ קאַסטן, און אים אַװעקגעשטעלט בײַם טױער פֿון גאָטס הױז פֿון אױסנװײניק.
9
און מע האָט אַרױסגעלאָזט אַן אױסרוף אין יהודה און אין ירושלים, צו ברענגען די אָפּגאָב [אַרױפֿגעלײגט] פֿון משה דעם קנעכט פֿון גאָט אױף ישׂראל אין מדבר.
10
און אַלע האַרן און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן זיך געפֿרײט, און זײ האָבן געבראַכט און אַרײַנגעװאָרפֿן אין קאַסטן ביז פֿול.
11
און עס איז געװען, בעת מע פֿלעגט ברענגען דעם קאַסטן צו די אױפֿזעער פֿון מלך דורך דער האַנט פֿון די לויִים, און װי זײ האָבן געזען אַז עס איז דאָ פֿיל געלט, אַזױ פֿלעגט קומען דער שרײַבער פֿון מלך, און דער אױפֿזעער פֿון דעם כּהן־גדול, און זײ פֿלעגן אױסלײדיקן דעם קאַסטן, און אים אַװעקטראָגן און אים אומקערן אױף זײַן אָרט. אַזױ האָבן זײ געטאָן טאָג אין טאָג, און זײ האָבן אָנגעזאַמלט געלט לרובֿ.
12
און דער מלך און יהױדע האָבן עס געגעבן צו די װערקמײנסטער איבער דער אַרבעט פֿון גאָטס הױז; און זײ האָבן געדונגען שטײנהעקער און האָלצמײנסטער, צו באַנײַען דאָס הױז פֿון גאָט, און אױף אײַזנ־ און קופּערשמידן, צו פֿאַרריכטן דאָס הױז פֿון גאָט.
13
און די בעל־מלאָכהס האָבן געאַרבעט, און די אַרבעט איז פֿאַרריכט געװאָרן דורך זײער האַנט, און זײ האָבן צוריקגעשטעלט דאָס הױז פֿון גאָט אױף זײַן שטאַנד, און אים באַפֿעסטיקט.
14
און אַז זײ האָבן געענדיקט, האָבן זײ געבראַכט פֿאַר דעם מלך און יהױדען דעם רעשט געלט, און מע האָט דערפֿון געמאַכט כּלים פֿאַר גאָטס הױז, כּלים צום דינען און אױפֿברענגען, און שאָלן, און גילדערנע און זילבערנע כּלים. און מע פֿלעגט אױפֿברענגען בראַנדאָפּפֿער אין הױז פֿון גאָט תּמיד אַלע טעג פֿון יהױדען.
15
און יהױדע איז געװאָרן אַלט און זאַט מיט טעג, און ער איז געשטאָרבן; הונדערט און דרײַסיק יאָר איז ער אַלט געװען, אַז ער איז געשטאָרבן.
16
און מע האָט אים באַגראָבן אין דודס־שטאָט לעבן די מלכים, װײַל ער האָט געטאָן גוטס צװישן ישׂראל, און פֿאַר גאָט און זײַן הױז.
17
און נאָך דעם טױט פֿון יהױדען זײַנען געקומען די האַרן פֿון יהודה, און זײ האָבן זיך געבוקט צום מלך. דענצמאָל האָט דער מלך זיך צוגעהערט צו זײ.
18
און זײ האָבן פֿאַרלאָזן דאָס הױז פֿון יהוה דעם גאָט פֿון זײערע עלטערן, און זײ האָבן געדינט די געצנבױמער, און די געצנבילדער, און עס איז געװען אַ צאָרן אױף יהודה און ירושלים פֿאַר דער דאָזיקער פֿאַרשולדיקונג זײערער.
19
און ער האָט געשיקט צו זײ נבֿיאים, זײ אומצוקערן צו גאָט, און זײ האָבן זײ געװאָרנט, אָבער זײ האָבן ניט צוגעטאָן דאָס אױער.
20
און דער גײַסט פֿון גאָט האָט אָנגעקלײדט זכריה דעם זון פֿון יהוידע דעם כּהן, און ער האָט זיך געשטעלט איבער דעם פֿאָלק, און האָט צו זײ געזאָגט׃ אַזױ האָט גאָט געזאָגט׃ פֿאַר װאָס טרעט איר איבער די געבאָט פֿון יהוה, אַז איר זאָלט ניט באַגליקן? װאָרום איר האָט פֿאַרלאָזן יהוה, און ער האָט אײַך פֿאַרלאָזן.
21
האָבן זײ געמאַכט אױף אים אַ בונט, און האָבן אים פֿאַרשטײנט מיט שטײנער אױף דעם באַפֿעל פֿון מלך, אין הױף פֿון גאָטס הױז.
22
און דער מלך יואָש האָט ניט געדאַכט אָן דעם חסד װאָס זײַן פֿאָטער יהױדע האָט מיט אים געטאָן, און ער האָט געהרגעט זײַן זון. און אַז ער איז געשטאָרבן, האָט ער געזאָגט׃ גאָט װעט זען און װעט אױפֿמאָנען.
23
און עס איז געװען, בײַם אַרומדרײ פֿון יאָר, איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף אים דער חיל פֿון אַרם, און זײ זײַנען געקומען קײן יהודה און ירושלים, און האָבן אומגעבראַכט אַלע האַרן פֿון פֿאָלק פֿון צװישן דעם פֿאָלק, און זײער גאַנצן רױב האָבן זײ אַװעקגעשיקט צום מלך פֿון דרמשׂק.
24
הגם דער חיל פֿון אַרם איז געקומען מיט װינציק מענטשן, אָבער גאָט האָט איבערגעגעבן אין זײער האַנט זײער אַ גרױסן חיל, װײַל זײ האָבן פֿאַרלאָזן גאָט דעם האַר פֿון זײערע עלטערן. און זײ האָבן געטאָן אַ משפּֿט אױף יואָשן.
25
און אַז זײ זײַנען אַװעק פֿון אים – װאָרום זײ האָבן אים געלאָזן אין גרױס קראַנקשאַפֿט – האָבן זײַנע קנעכט געמאַכט אַ בונט אױף אים – פֿאַר דעם בלוט פֿון די זין פֿון יהױדע דעם כּהן – און זײ האָבן אים געהרגעט אױף זײַן בעט, און ער איז געשטאָרבן. און מע האָט אים באַגראָבן אין דודס־שטאָט, אָבער מע האָט אים ניט באַגראָבן אין די קבֿרים פֿון די מלכים,
26
און דאָס זײַנען די װאָס האָבן געמאַכט דעם בונט אױף אים׃ זבֿר דער זון פֿון שמעת דער עמונית, און יהוזבֿד דער זון פֿון שמרית דער מואָבֿית.
27
און זײַנע זין, און די פֿיל נבֿואות איבער אים, און די באַפֿעסטיקונג פֿון גאָטס הױז, זײ זײַנען באַשריבן אין דעם מדרש פֿון דעם בוך פֿון די מלכים. און זײַן זון אַמציהו איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.