אידיש
1
און אױפֿן זיבעטן יאָר האָט זיך יהױדע געשטאַרקט, און ער האָט אַרײַנגענומען די הױפּֿטלײַט פֿון די הונדערטן, עזריה דעם זון פֿון ירוחמען, און ישמעאל דעם זון פֿון יהוחננען, און עזריהו דעם זון פֿון עובֿדן, און מעשׂיהו דעם זון פֿון עדיהון, און אלישפֿט דעם זון פֿון זכרין, מיט זיך אין אַ בונד.
2
און זײ זײַנען אַרומגעגאַנגען אין יהודה, און האָבן אײַנגעזאַמלט די לויִים פֿון אַלע שטעט פֿון יהודה, און די הױפּֿטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון ישראל, און זײ זײַנען געקומען קײן ירושלים.
3
און די גאַנצע אײַנזאַמלונג האָט געשלאָסן אַ בונד מיטן מלך אין הױז פֿון גאָט; און ער האָט צו זײ געזאָגט׃ אָט, זאָל דער זון פֿון מלך קיניגן, אַזױ װי גאָט האָט גערעדט װעגן די זין פֿון דודן.
4
דאָס איז די זאַך װאָס איר זאָלט טאָן׃ אַ דריטל פֿון אײַך, די װאָס קומען אַרײַן שבת, פֿון די כּהנים און פֿון די לויִים, זאָלן זײַן פֿאַר טױערלײַט בײַ די שװעלן;
5
און אַ דריטל פֿון אײַך אין מלכס הױז, און אַ דריטל אין דעם גרונטטױער; און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זײַן אין די הױפֿן פֿון גאָטס הױז.
6
און קײנער זאָל ניט אַרײַנקומען אין הױז פֿון גאָט, נאָר די כּהנים, און די װאָס באַדינען פֿון די לויִים; זײ מעגן אַרײַנקומען, װאָרום זײ זײַנען הײליק. אָבער דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל אָפּהיטן די אָפּהיטונג פֿון גאָט.
7
און די לויִים זאָלן אַרומרינגלען דעם מלך רונד אַרום, איטלעכער מיט זײַנע װאַפֿן אין זײַן האַנט; און דער װאָס קומט אַרײַן אין הױז, זאָל געטײט װערן. און זײַט מיט דעם מלך בײַ זײַן אַרײַנגײן און בײַ זײַן אַרױסגײן.
8
האָבן די לוִיִים אין גאַנץ יהודה געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס יהוידע דער כּהן האָט באַפֿױלן, און זײ האָבן געבראַכט איטלעכער זײַנע מענטשן, די װאָס קומען אַרײַן שבת, מיט די װאָס גײען אַרױס שבת, װאָרום יהוידע דער כּהן האָט ניט אַװעקגעלאָזט די אָפּטײלונגען.
9
און יהוידע דער כּהן האָט געגעבן די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן די שפּיזן און די פּאַנצערס און די שילדן פֿון דעם מלך דוד, װאָס אין הױז פֿון גאָט.
10
און ער האָט אַרױסגעשטעלט דאָס גאַנצע פֿאָלק, איטלעכן מיט זײַן װאַפֿן אין זײַן האַנט, פֿון דער רעכטער זײַט פֿון הױז ביז דער לינקער זײַט פֿון הױז, בײַם מזבח און בײַם הױז, לעבן מלך רונד אַרום.
11
און זײ האָבן אַרױסגעפֿירט דעם מלכס זון, און האָבן אָנגעטאָן אױף אים די קרױן און די [קיניגלעכע] צײכנס, און האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך. און יהוידע און זײַנע זין האָבן אים געזאַלבט, און זײ האָבן געזאָגט׃ לעבן זאָל דער מלך.
12
און עתליהו האָט געהערט דעם קול פֿון דעם פֿאָלק װאָס לױפֿט און לױבט דעם מלך, און זי איז געקומען צום פֿאָלק אין גאָטס הױז.
13
און זי האָט געזען, ערשט דער מלך שטײט אױף זײַן בימה אין אײַנגאַנג, און די האַרן און די טרומײטערערס לעבן מלך, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד פֿרײט זיך און בלאָזט אין טרומײטן, און די זינגערס מיט כּלי־זמר װאָס פֿירן פֿאָן דעם לױבגעזאַנג; האָט עתליהו צעריסן אירע קלײדער, און האָט געזאָגט׃ אַ בונט! אַ בונט!
14
האָט יהוידע אַרױסגעפֿירט די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן, די אױפֿזעער פֿון חיל, און ער האָט צו זײ געזאָגט׃ פֿירט זי אַרױס אינעװײניק פֿון די רײען, און דער װאָס גײט איר נאָך, זאָל געטײט װערן מיטן שװערד. װאָרום דער כּהן האָט געזאָגט׃ איר זאָלט זי ניט טײטן אין הױז פֿון גאָט.
15
האָבן זײ געמאַכט פֿאַר אים אָרט, און זי איז אַרײַנגעגאַנגען דורך דעם אײַנגאַנג פֿון פֿערדטױער אין מלכס הױז; און זײ האָבן זי דאָרטן געטײט.
16
און יהוידע האָט געשלאָסן אַ בונד צװישן אים און צװישן דעם גאַנצן פֿאָלק און צװישן מלך, צו זײַן צום פֿאָלק פֿון יהוה.
17
און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַרײַנגעגאַנגען אין הױז פֿון בעל, און האָבן עס אײַנגעװאָרפֿן, פֿון זײַנע מזבחות און זײַנע בילדער האָבן זײ צעבראָכן, און מתּן דעם כּהן פֿון בעל האָבן זײ געהרגעט פֿאַר די מזבחות.
18
און יהוידע האָט געגעבן די אױפֿזעונג פֿון גאָטס הױז אין דער האַנט פֿון די כּהנים פֿון שבֿט לֶוִי, װאָס דוד האָט אײַנגעטײלט איבער דעם הױז פֿון גאָט, אױפֿצוברענגען די בראַנדאָפּפֿער פֿון גאָט, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין תּורת־משה, מיט שׂמחה, און מיט געזאַנג לױט דעם אײַנשטעל פֿון דודן.
19
און ער האָט געשטעלט די טױערלײַט בײַ די טױערן פֿון גאָטס הױז, אַז דער װאָס איז אומרײן פֿון װאָסער עס איז זאַך, זאָל ניט אַרײַנקומען.
20
און ער האָט גענומען די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן, און די גרױסע לײַט, און די געװעלטיקער איבער דעם פֿאָלק, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד, און האָט אַראָפּגעבראַכט דעם מלך פֿון גאָטס הױז, און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען דורך דעם אױבערשטן טױער אין מלכס הױז, און האָבן אַרױפֿגעזעצט דעם מלך אױף דעם טראָן פֿון מלוכה.
21
און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט זיך געפֿרײט, און די שטאָט איז געװען רויִק. און עתליהון האָבן זײ געטײט מיטן שװערד.