אידיש
1
און עס איז געװען נאָך דעם, זײַנען געקומען די קינדער פֿון מוֹאָבֿ, און די קינדער פֿון עַמוֹן, און מיט זײ פֿון די עַמוֹנים, אַקעגן יהוֹשָפֿטן אױף מלחמה.
2
איז מען געקומען און מע האָט אָנגעזאָגט יהוֹשָפֿטן, אַזױ צו זאָגן: אױף דיר קומט אַ גרױסער המוֹן פֿון יענער זײַט ים, פֿון אַרָם, און זע, זײ זײַנען אין חַצְצוֹן-תָּמָר, דאָס איז עֵין-גֶדי.
3
האָט יהוֹשָפֿט מוֹרא געקריגן, און ער האָט געקערט זײַן פּנים צו זוכן גאָט, און ער האָט אױסגערופֿן אַ תָּענית איבער גאַנץ יהודה.
4
און יהודה האָט זיך אײַנגעזאַמלט צו בעטן בײַ גאָט; יאָ, פֿון אַלע שטעט פֿון יהודה איז מען געקומען צו זוכן גאָט.
5
און יהוֹשָפֿט האָט זיך געשטעלט אין דער אײַנזאַמלונג פֿון יהודה און ירושָלַיִם, אין הױז פֿון גאָט, פֿאַר דעם נײַען הױף,
6
און ער האָט געזאָגט: יהוה דו גאָט פֿון אונדזערע עלטערן, דו ביסט דאָך גאָט אין הימל, און דו געװעלטיקסט איבער אַלע קיניגרײַכן פֿון די פֿעלקער, און אין דײַן האַנט איז כּוח און גבֿורה, און אַקעגן דיר איז זיך ניט צו שטעלן.
7
דו אונדזער גאָט, האָסט דאָך פֿאַרטריבן די באַװױנער פֿון דעם דאָזיקן לאַנד פֿון פֿאַר דײַן פֿאָלק ישׂראל, און האָסט עס אַװעקגעגעבן צו דעם זאָמען פֿון אַבֿרהם דײַן ליבהאָבער, אױף אײביק.
8
און זײ זײַנען געזעסן דרינען, און האָבן דיר געבױט דרינען אַ הײליקטום צו דײַן נאָמען, אַזױ צו זאָגן:
9
אַז עס װעט קומען אױף אונדז אַן אומגליק, אַ שװערד, אַ משפּט, אָדער אַ מגפֿה, אָדער אַ הונגער, װעלן מיר זיך שטעלן פֿאַר דעם דאָזיקן הױז און פֿאַר דיר – װאָרום דײַן נאָמען איז אין דעם דאָזיקן הױז – און מיר װעלן שרײַען צו דיר אין אונדזער נױט, און דו װעסט צוהערן און װעסט העלפֿן.
10
און אַצונד, אָט זײַנען די קינדער פֿון עַמוֹן און מוֹאָבֿ און דעם באַרג שֵׂעִיר, װאָס דו האָסט ניט געלאָזט ישׂראל אַרײַנגײן צו זײ, װען זײ זײַנען געקומען פֿון לאַנד מִצרַיִם, נײַערט זײ האָבן זיך אָפּגעקערט פֿון זײ, און האָבן זײ ניט פֿאַרטיליקט.
11
און אָט פֿאַרגעלטן זײ אונדז, צו קומען אונדז פֿאַרטרײַבן פֿון דײַן אַרב װאָס דו האָסט אונדז געמאַכט אַרבן.
12
גאָט אונדזערער, װילסטו ניט טאָן אַ משפּט אױף זײ? װאָרום אין אונדז איז ניטאָ קײן כּוח אַקעגן דעם דאָזיקן גרױסן המוֹן װאָס קומט אױף אונדז, און מיר װײסן ניט װאָס מיר זאָלן טאָן, נײַערט אױף דיר זײַנען אונדזערע אױגן.
13
און גאַנץ יהודה זײַנען געשטאַנען פֿאַר גאָט; אױך זײערע קלײנע קינדער און זײערע װײַבער און זײערע זין.
14
איז אױף יַחזיאֵל דעם זון פֿון זכַריָהו, דעם זון פֿון בנָיָה, דעם זון פֿון יעִיאֵל, דעם זון פֿון מַתַּניָה דעם לֵוִי, פֿון די קינדער פֿון אָסָף, געװען דער גײַסט פֿון גאָט, אין מיטן פֿון דער אײַנזאַמלונג.
15
און ער האָט געזאָגט: פֿאַרנעמט, גאַנץ יהודה, און באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, און מלך יהוֹשָפֿט: אַזױ האָט גאָט צו אײַך געזאָגט: איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן און ניט אַנגסטן פֿאַר דעם דאָזיקן גרױסן המוֹן, װאָרום ניט אײַער מלחמה איז דאָס נאָר גאָטס.
16
מאָרגן נידערט אַראָפּ אױף זײ; זעט, זײ גײען אַרױף מיט דעם אַרױפֿגאַנג פֿון ציץ, און איר װעט זײ טרעפֿן אין עק טאָל, פֿאַר דעם מדבר פֿון ירואֵל.
17
ניט איר װעט דאָס מאָל דאַרפֿן מלחמה האַלטן; שטעלט אײַך אױס, שטײט, און זעט די ישועה פֿון גאָט מיט אײַך, יהודה און ירושָלַיִם; איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן און ניט אַנגסטן, מאָרגן גײט אַוריס אַקעגן זײ, און גאָט װעט זײַן מיט אײַך.
18
האָט יהוֹשָפֿט זיך גענײַגט מיטן פּנים צו דער ערד, און גאַנץ יהודה און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם זײַנען געפֿאַלן פֿאַר גאָט, זיך צו בוקן צו גאָט.
19
און די לוִיִים פֿון די קינדער פֿון די קהָתים, און פֿון די קינדער פֿון די קָרחים, זײַנען אױפֿגעשטאַנען צו לױבן יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל אױף אַ גאָר הױכן קָול.
20
און זײ האָבן זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און זײַנען אַרױסגעגאַנגען צום מדבר פֿון תּקוֹעַ; און בײַ זײער אַרױסגײן האָט יהוֹשָפֿט זיך געשטעלט, און האָט געזאָגט: הערט מיך צו, יהודה און באַװױנער פֿון ירושָלַיִם: גלױבט אין יהוה אײַער גאָט, און איר װעט אָנהאַלטן, גלױבט אין זײַנע נבֿיאים, און איר װעט באַגליקן.
21
און ער האָט געהאַלטן אַן עצה מיטן פֿאָלק; און ער האָט געשטעלט זינגער צו גאָט װאָס זאָלן געבן אַ לױב אין הײליקער שײנקײט, בײַם אַרױסגײן פֿאַר די באַװאָפֿנטע, און זאָגן: גיט אַ דאַנק צו גאָט, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חסד.
22
און אין דער צײַט װאָס זײ האָבן אָנגעהױבן אַ געזאַנג און אַ לױב, האָט גאָט געשטעלט לױערער אױף די קינדער פֿון עַמוֹן, מוֹאָבֿ און דעם באַרג שֵׂעִיר, װאָס זײַנען געקומען קײן יהודה; און זײ זײַנען געשלאָגן געװאָרן.
23
װאָרום די קינדער פֿון עַמוֹן און מוֹאָב האָבן זיך געשטעלט אַקעגן די באַװױנער פֿון באַרג שֵׂעִיר, צו פֿאַרװיסטן און צו פֿאַרטיליקן; און װי זײ האָבן פֿאַרלענדט די באַװױנער פֿון באַרג שֵׂעִיר, האָבן זײ געהאָלפֿן אומצוברענגען אײנער דעם אַנדערן.
24
און יהודה איז געקומען צו דעם װאַכטורעם אין דער מדבר, און זײ האָבן זיך אומגעקוקט אױף דעם המוֹן ערשט זײ ליגן פּגרים אױף דער ערד, און קײנער איז ניט אַנטרונען געװאָרן.
25
און יהוֹשָפֿט און זײַן פֿאָלק זײַנען געקומען צו רױבן זײער זאַקרױב, און זײ האָבן געפֿונען בײַ זײ אַ סך אי פֿאַרמעג אי פּגרים מיט טײַערע זאַכן, און זײ האָבן צוגענומען פֿאַר זיך, ביז זײ האָבן מער ניט געקענט טראָגן; און זײ האָבן געהאַלטן אין רױבן דרײַ טעג דעם זאַקרױב, װאָרום ער איז געװען פֿיל.
26
און אױפֿן פֿירטן טאָג האָבן זײ זיך אײַנגעזאַמלט אין טאָל ברָכָה, װאָרום דאָרטן האָבן זײ געאַמכט אַ ברכה צו גאָט; דרום רופֿט מען דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט דער טאָל ברָכָה ביז אױף הײַנט.
27
און אַלע מענער פֿון יהודה און ירושָלַיִם און יהוֹשָפֿט זײ פֿאַרױס האָבן זיך אומגעקערט צוריקצוגײן קײן ירושָלַיִם מיט פֿרײד, װאָרום גאָט האָט זײ דערפֿרײט איבער זײערע פֿײַנט.
28
און זײ זײַנען געקומען קײן ירושָלַיִם מיט גיטאַרן און מיט האַרפֿן און מיט טרומײטן צום הױז פֿון גאָט.
29
און אַ פּחד פֿון גאָט איז געװען אױף די מלוכות פֿון די לענדער, װען זײ האָבן געהערט אַז יהוה האָט מלחמה געהאַלטן מיט די פֿײַנט פֿון ישׂראל.
30
און יהוֹשָפֿטס מלוכה איז געװען רויִק װאָרום זײַן גאָט האָט אים באַרוט פֿון רונד אַרום.
31
און יהוֹשָפֿט האָט געקיניגט איבער יהודה; פֿינף און דרײַסיק יאָר איז ער אַלט געװען אַז ער איז געװאָרן מלך, און פֿינף און צװאַנציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען עַזובָֿה די טאָכטער פֿון שִלחין.
32
און ער איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון זײַן פֿאָטער אָסאָן – און האָט זיך ניט אָפּגעקערט דערפֿון – צו טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון גאָט.
33
נאָר די במות זײַנען ניט אָפּגעטאָן געװאָרן, און דאָס פֿאָלק האָט נאָך אַלץ ניט געקערט זײער האַרץ צו דעם גאָט פֿון זײערע עלטערן.
34
און די איבעריקע זאַכן װעגן יהוֹשָפֿטן, די ערשטע אַזױ װי די לעצטע, זײ זײַנען באַשריבן אין די װערטער פֿון יֵהוא דעם זון פֿון חנָנין, װאָס איז אַרײַן אין בוך פֿון די מלכים פֿון ישׂראל.
35
און נאָך דעם האָט יהוֹשָפֿט דער מלך פֿון יהודה זיך צונױפֿגעחבֿרט מיט אַחזיָה דעם מלך פֿון ישׂראל, װאָס האָט געטאָן שלעכטס.
36
און ער האָט אים צוגעחבֿרט צו זיך, צו מאַכן שיפֿן אױף צו גײן קײן תַּרשיש; און זײ האָבן געמאַכט שיפֿן אין עֶציוֹן-גֶבֶֿר.
37
האָט אֶליעֶזֶר דער זון פֿון דוֹדָוָהון פֿון מָרֵשָה נבֿיאות געזאָגט אױף יהוֹשָפֿטן, אַזױ צו זאָגן: װײַל דו האָסט זיך צונױפֿגעחבֿרט מיט אַחזיָהון, װעט גאָט צעברעכן דײַנע אַרבעט. און די שיפֿן זײַנען צעבראָכן געװאָרן, און זײ האָבן ניט געקענט גײן קײן תּרשיש.