אידיש
1
און יהוֹשָפֿט דער מלך פֿון יהודה האָט זיך אומגעקערט אַהײם בשלום קײן ירושָלַיִם.
2
איז אים אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן יֵהוא דער זון פֿון חנָנין, דער זעער, און ער האָט געזאָגט צום מלך יהוֹשָפֿט: האָסטו געטאָרט העלפֿן דעם רשע, און ליב האָבן די שָׂונאים פֿון גאָט? און פֿון װעגן דעם איז אױף דיר אַ צאָרן פֿון פֿאַר גאָט.
3
אָבער גוטע זאַכן געפֿינען זיך אין דיר, װאָס דו האָסט אױסגעראַמט די געצנבײמער פֿון לאַנד, און געקערט דײַן האַרץ צו זוכן גאָט.
4
און יהוֹשָפֿט איז געזעסן אין ירושָלַיִם. אָבער ער איז װידער אַרױסגעגאַנגען צװישן פֿאָלק, פֿון באֵר-שֶבַֿע ביזן באַרג אפֿרים, און האָט זײ אומגעקערט צו יהוה דעם גאָט פֿון זײערע עלטערן.
5
און ער האָט אױפֿגעשטעלט ריכטער אין לאַנד, אין אַלע באַפֿעסטיקע שטעט פֿון יהודה, שטאָט פֿאַר שטאָט.
6
און ער האָט אָנגזאָגט די ריכטער: זעט װאָס איר טוט, װאָרום ניט פֿאַר אַ מענטשן משפּט איר, נאָר פֿאַר גאָט, און ער איז לעבן אײַך בײַם אַרױסזאָגן אַ משפּט.
7
און אַצונד, זאָל די מוֹרא פֿאַר גאָט זײַן אױף אײַך; היט אײַך װאָס איר טוט, װאָרום בײַ יהוה אונדזער גאָט איז ניטאָ קײן אומרעכט, אָדער שױנען עמיצן, אָדער נעמען שוֹחד.
8
און אױך אין ירושָלַיִם האָט יהוֹשָפֿט אױפֿגעשטעלט פֿון די לוִיִים און די כּהנים, און פֿון די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון ישׂראל, פֿאַר משפּטים פֿון גאָט, און פֿאַר שטרײַטזאַכן. און זײ האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושָלַיִם.
9
און ער האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: אַזױ זאָלט איר זיך באַגײן: מיט מוֹרא פֿאַר גאָט, מיט געטרײַשאַפֿט, און מיט אַ גאַנצן האַרצן.
10
און בײַ יעטװעדער שטרײַט װאָס װעט קומען פֿאַר אײַך פֿון אײַערע ברידער װאָס זיצן אין זײערע שטעט, צװישן בלוט און בלוט, צװישן לערנונגען און געבאָט, חוקים און געזעצן, זאָלט איר זײ װאָרענען, זײ זאָלן זיך ניט פֿאַרשולדיקן צו גאָט, אַז עס זאָל זײַן אַ צאָרן אױף אײַך און אױף אײַערע ברידער; אַזױ זאָלט איר טאָן, און איר װעט זיך ניט פֿאַרשולדיקן.
11
און אָט איז אַמַריָהו דער כּהן-גָדול איבער אײַך פֿאַר אַלע זאַכן פֿון גאָט, און זבַדיָהו דער זון פֿון יִשמָעֵאלן, דער פֿירשט פֿון דעם הױז פֿון יהודה, פֿאַר אַלע זאַכן פֿון מלך; און אױפֿזעערס זײַנען די לוִיִים פֿאַר אײַך; זײַט שטאַרק און טוט, און גאָט װעט זײַן מיט דעם גוטן.