אידיש
1
און עַזַריָהו דעם זון פֿון עוֹדֵדן, אױף אים איז געװען דער גײַסט פֿון גאָט.
2
און ער איז אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן אָסאָן, און האָט צו אים געזאָגט: הערט מיך צו, אָסאָ, און גאַנץ יהודה, און בנימין: גאָט איז מיט אײַך, אַז איר זײַט מיט אים; און אַז איר װעט אים זוכן, װעט ער זיך לאָזן געפֿינען פֿון אײַך; אָבער אַז איר װעט אים פֿאַרלאָזן, װעט ער אײַך פֿאַרלאָזן.
3
און פֿיל טעג איז ישׂראל געװען אָן דעם אמתן גאָט, און אָן אַ כּהן װאָס זאָל לערנען, און אָן אַ תּוֹרה.
4
אָבער אַז זײ האָבן אין זײער נױט זיך אומגעקערט צו יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל, און האָבן אים געזוכט, האָט ער זיך געלאָזט געפֿינען פֿון זײ.
5
און אין יענע צײַטן איז ניט געװען קײן פֿריד פֿאַר דעם אַרױסגײער און פֿאַר דעם אַרײַנגײער, װאָרום גרױסע מהומות זײַנען געװען אױף אַלע באַװױנער פֿון די לענדער.
6
און זײ זײַנען צעשלאָגן געװאָרן אַ פֿאָלק אָן אַ פֿאָלק, און אַ שטאָט אָן אַ שטאָט, װאָרום גאָט האָט זײ פֿאַרטומלט מיט אַלערלײ צרות.
7
אָבער איר זײַט שטאַרק, און זאָלן ניט אָפּגעשלאַפֿט װערן אײַערע הענט, װאָרום אַ שׂכר איז דאָ פֿאַר אײַער טוּונג.
8
און װי אָסאָ האָט געהערט די דאָזיקע װערטער און די נבֿואה פֿון עוֹדֵד דעם נבֿיא, האָט ער זיך געשטאַרקט, און האָט אָפּֿגעשאַפֿט די אומװערדיקײטן פֿון גאַנצן לאַנד יהודה און בנימין, און פֿון די שטעט װאָס ער האָט באַצװוּנגען פֿון באַרג אפֿרים; און ער האָט באַנײַט דעם מזבח פֿון גאָט װאָס פֿאַר דעם פֿאָדערהױז פֿון גאָט.
9
און ער האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ יהודה און בנימין און די װאָס האָבן זיך אױפֿגעהאַלטן בײַ זײ פֿון אפֿרים און מנשה, און פֿון שמעון; װאָרום אַ סך זײַנען צוגעפֿאַלן צו אים פֿון ישׂראל, װען זײ האָבן געזען אַז יהוה זײַן גאָט איז מיט אים.
10
און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אין ירושָלַיִם אין דריטן חוֹדש, אין פֿופֿצנטן יאָר פֿון אָסאָס מלוכה.
11
און זײ האָבן געשלאַכט צו גאָט אין יענעם טאָג, פֿון דעם רױב װאָס זײ האָבן געבראַכט, זיבן הונדערט רינדער, און זיבן טױזנט שאָף.
12
און זײ זײַנען אַרײַן אין אַ בונד צו זוכן יהוה דעם גאָט פֿון זײערע עלטערן מיט זײער גאַנצן האַרצן און מיט זײער גאַנצער זעל;
13
און אַז איטלעכער װאָס װעט ניט זוכן יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל, זאָל געטײט װערן, סײַ קלײן סײַ גרױס, סײַ אַ מאַן סײַ אַ פֿרױ.
14
און זײ האָבן געשװאָרן צו גאָט אױף אַ הױכן קוָל, און מיט שאַלונג, און מיט טרומײטן, און מיט שוֹפֿרות.
15
און גאַנץ יהודה האָבן זיך געפֿרײט מיט דער שבֿועה; װאָרום מיט זײער גאַנצן האַרצן האָבן זײ געשװאָרן, און מיט זײער גאַנצן רצון האָבן זײ אים געזוכט; און ער האָט זיך געלאָזט געפֿינען פֿון זײ, און גאָט האָט זײ באַרוט פֿון רונד אַרום.
16
און אױך מַעֲכָה די מוטער פֿון דעם מלך אָסאָן האָט ער אָפֿגעטאָן פֿון זײַן אַ האַרנטע, װײַל זי האָט געמאַכט אַ פֿאַרזעעניש צו דער אַשֵרָה. און אָסאָ האָט אָפּגעהאַקט איר פֿאַרזעעניש, און צעמאָלן, און פֿאַרברענט בײַם טײַך קִדרוֹן.
17
אָבער די במות זײַנען ניט אָפּגעטאָן געװאָרן פֿון ישׂראל; נאָר אָסאָס האַרץ איז געװען גאַנץ אַלע זײַנע טעג.
18
און ער האָט געבראַכט די געהײליקטע זאַכן פֿון זײַן פֿאָטער, און זײַנע אײגענע געהײליקטע זאַכן, אין גאָטס הױז, זילבער און גאָלד, און כּלים.
19
און קײן מלחמה איז מער ניט געװען ביז דעם פֿינף און דרײַסיקסטן יאָר פֿון אָסאָס מלוכה.