אידיש
1
און אָסאָ האָט געטאָן װאָס איז גוט און רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון גאָט זײַן האַר.
2
און ער האָט אָפּגעטאָן די פֿרעמדע מזבחות און די במות, און ער האָט צעבראָכן די זײַלשטײנער, און האָט אָפּגעהאַקט די געצנבײמער.
3
און ער האָט אָנגעזאָגט יהודה צו זוכן יהוה דעם גאָט פֿון זײערע עלטערן, און צו טאָן די תּוֹרה און דאָס געבאָט.
4
און ער האָט אָפּגעטאָן פֿון אַלע שטעט פֿון יהודה די במות און די זונזײַלן. און דאָס קיניגרײַך איז געװען רויִק אונטער אים.
5
און ער האָט געבױט פֿעסטונגשטעט אין יהודה, װאָרום דאָס לאַנד איז געװען רויִק, און בײַ אים איז ניט געװען קײן מלחמה אין יענע יאָרן, װײַל גאָט האָט אים באַרוט.
6
און ער האָט געזאָגט צו יהודה׃ לאָמיר פֿאַרבױען די דאָזאקע שטאָט, און אַרומרינגלען מיט אַ מױער און טורעמס, טירן און ריגלען, אַזױ לאַנג דאָס לאַנד ליגט פֿאַר אונדז, װײַל מיר האָבן געזוכט יהוה אונדזער גאָט; מיר האָבן אים געזוכט, און ער האָט אונדז באַרוט פֿון רונד אַרום. און זײ האָבן געבױט, און האָבן באַגליקט.
7
און אָסאָ האָט געהאַט אַ חיל װאָס האָט געטראָגן פּאַנצערס און שפּיזן, פֿון יהודה דרײַ הונדערט טױזנט; און פֿון בנימין, די װאָס האָבן געטראָגן אַ שילד און געשפּאַנט אַ בױגן, צװײ הונדערט און אַכציק טױזנט. די אַלע זײַנען געװען העלדישע גיבוֹרים.
8
איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן זײ זֶרַח דער כּושי מיט אַ חיל פֿון טױזנט מאָל טױזנט, און רײַטװאָגן דרײַ הונדערט, און ער איז געקומען ביז מָרֵשָה.
9
איז אָסאָ אַרױסגעגאַנגען זײ אַנטקעגן, און זײ האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה אין טאָל פֿון צפֿת בײַ מָרֵשָה.
10
און אָסאָ האָט גערופֿן צו יהוה זײַן גאָט, און ער האָט געזאָגט: יהוה, ניטאָ אַחוץ דיר צו העלפֿן צװישן דעם מאַכטיקן און דעם װאָס אָן כּוח; העלף אונדז, יהוה אונדזער גאָט, װאָרום אױף דיר לענען מיר זיך אָן, און אין דײַן נאָמען זײַנען מיר געקומען אױף דעם דאָזיקן גרױסן המוֹן. דו ביסט יהוה אונדזער גאָט; זאָל ניט אַ מענטש אױסהאַלטן אַקעגן דיר.
11
און גאָט האָט געשלאָגן די כּושים פֿאַר אָסאָן און פֿאַר יהודה, און די כּושים זײַנען אַנטלאָפֿן.
12
און אָסאָ און דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים האָבן זײ נאָכגעיאָגט ביז קײן גרָר, און עס זײַנען געפֿאַלן פֿון די כּושים, ביז פֿון זײ איז ניט געבליבן אַ לעבעדיקער; װאָרום זײ זײַנען צעבראָכן געװאָרן פֿאַר גאָט און פֿאַר זײַן מחנה. און זײ האָבן גענומען רױב זײער פֿיל.
13
און זײ האָבן געשלאָגן אַלע שטעט רונד אַרום גרָר, װאָרום אַ פּחד פֿון גאָט איז געװען אױף זײ; און זײ האָבן אױסגערױבט אַלע שטעט, װאָרום פֿיל רױב איז אין זײ געװען.
14
און אױך די פֿיגעצעלטן האָבן זײ געשלאָגן, און זײ האָבן געפֿאַנגען שאָף אַ סך, און קעמלען, און האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושלים.