אידיש
1
און עס איז געװען, אַז רחבֿעָמס מלוכה האָט זיך באַפֿעסטיקט, און ער איז געװאָרן שטאַרק, האָט ער פֿאַרלאָזן די תּוֹרה פֿון גאָט, און גאַנץ ישׂראל מיט אים.
2
און עס איז געװען אין פֿינפֿטן יאָר פֿון דעם מלך רחבֿעם, איז שישַק דער מלך פֿון מִצרַיִם אַרױפֿגעגאַנגען אױף ירושָלַיִם, װײַל זײ האָבן געפֿעלשט אָן גאָט;
3
מיט טױזנט און צװײ הונדערט רײַטװעגן, און מיט זעכציק טױזנט רײַטער; און אָן אַ צאָל איז געװען דאָס פֿאָלק װאָס איז מיט אים געקומען פֿון מִצרַיִם, לובֿים, סוכּיִים, און כּושים.
4
און ער האָט באַצװוּנגען די פֿעסטונגשטעט פֿון יהודה, און איז געקומען ביז ירושָלַיִם.
5
איז שמַעיָה דער נבֿיא געקומען צו רחבֿעמען, און צו די האַרן פֿון יהודה, װאָס האָבן זיך אײַנגעזאַמלט קײן ירושָלַיִם פֿון װעגן שישַקן, און ער האָט צו זײ געזאָגט: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: איר האָט מיך פֿאַרלאָזן, דרום האָב איך אױך אײַך איבערגעלאָזן אין דער האַנט פֿון שישַקן.
6
און די האַרן פֿון ישׂראל און דער מלך זײַנען געװאָרן אונטערטעניק, און זײ האָבן געזאָגט: גאָט איז גערעכט.
7
און װי גאָט האָט געזען אַז זײ זײַנען געװאָרן אונטערטעניק, איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו שמַעיָהן, אַזױ צו זאָגן: זײ זײַנען געװאָרן אונטערטעניק, װעל איך זײ ניט אומברענגען; און איך װעל זײ געבן אַ קלײנע אַנטרינונג, און מײַן גרימצאָרן װעט ניט אױסגעגאָסן װערן אױף ירושָלַיִם דורך דער האַנט פֿון שישַקן.
8
נײַערט זײ װעלן זײַן קנעכט צו אים; כּדי זײ זאָלן װיסן צװישן מײַן דינסט און דעם דינסט פֿון די מלוכות פֿון די לענדער.
9
און שישַק דער מלך פֿון מִצרַיִם איז אַרױפֿגעקומען אױף ירושָלַיִם; און ער האָט צוגענומען די אוֹצרות פֿון גאָטס הױז, און די אוֹצרות פֿון מלכס הױז; אַלץ האָט ער צוגענומען. און ער האָט צוגענומען די גילדערנע שילדן װאָס שלמה האָט געמאַכט.
10
און דער מלך רחבֿעם האָט געמאַכט אָנשטאָט זײ קופּערנע שילדן, און האָט זײ איבערגעגעבן אױף דער האַנט פֿון די הױפּטלײַט פֿון די לױפֿערס װאָס האָבן געהיט דעם אײַנגאַנג פֿון מלכס הױז.
11
און עס איז געװען, װען נאָר דער מלך פֿלעגט קומען אין גאָטס הױז, זײַנען געקומען די לױפֿערס און פֿלעגן זײ אַרױסטראָגן, דערנאָך פֿלעגן זײ זײ אומקערן אין דער קאַמער פֿון די לױפֿערס.
12
און אַז ער איז געװאָרן אונטערטעניק, האָט זיך אָפּגעקערט פֿון אים דער צאָרן פֿון גאָט, ניט אומצוברענגען אין גאַנצן; און אױך זײַנען געװען אין יהודה גוטע זאַכן.
13
און דער מלך רחבֿעָם האָט זיך באַפֿעסטיקט אין ירושָלַיִם, און האָט געקיניגט; װאָרום אײן און פֿערציק יאָר איז רחבֿעָם אַלט געװען אַז ער איז געװאָרן מלך, און זיבעצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם, אין דער שטאָט װאָס גאָט האָט אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל, צו טאָן זײַן נאָמען דאָרטן. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען נַעֲמָה די עַמוֹנית.
14
און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט, װאָרום ער האָט ניט געקערט זײַן האַרץ צו זוכן גאָט.
15
און די זאַכן װעגן רחבֿעָמען, די ערשטע אַזױ װי די לעצטע, זײ זײַנען שױן באַשריבן אין די װערטער פֿון שמַעיָה דעם נבֿיא, און עִדוֹ דעם זעער, װעגן דעם יחוס. און מלחמות זײַנען געװען צװישן רחבֿעָמען און יָרָבֿעָמען אַלע טעג.
16
און רחבֿעם האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין דודס-שטאָט. און זײַן זון אַבִֿיָה איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.