אידיש
1
און רחבֿעם איז געקומען קײן ירושָלַיִם, און ער האָט אײַנגעזאַמלט דאָס הױז פֿון יהודה און בנימין, הונדערט און אַכציק טױזנט געקליבענע קריגסלײַט, מלחמה צו האַלטן מיט ישׂראל, כּדי אומצוקערן די מלוכה צו רחבֿעָמען.
2
איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו שמַעיָה דעם געטלעכן מאַן, אַזױ צו זאָגן:
3
זאָג צו רחבֿעם דעם זון פֿון שלמהן, דעם מלך פֿון יהודה, און צו גאַנץ ישׂראל אין יהודה און בנימין, אַזױ צו זאָגן:
4
אַזױ האָט גאָט געזאָגט: איר זאָלט ניט אַרױפֿגײן, און איר זאָלט ניט מלחמה האַלטן מיט אײַערע ברידער; קערט אײַך אום איטלעכער צו זײַן הױז, װאָרום פֿון מיר איז געשען די דאָזיקע זאַך. און זײ האָבן צוגעהערט די װערטער פֿון גאָט, און האָבן זיך אומגעקערט פֿון צו גײן אױף יָרָבֿעָמען.
5
און רחבֿעם איז געזעסן אין ירושָלַיִם; און ער האָט געבױט שטעט פֿאַר פֿעסטונגען אין יהודה.
6
און ער האָט איבערגעבױט בית-לֶחֶם, און עֵיטָם, און תּקוֹעַ,
7
און בית-צור, און שׂוֹכוֹ, און און עַדולָם,
8
און גת, און מָרֵשָה, און זיף,
9
און אַדוֹרַיִם, און לָכיש, עַזֵקָה,
10
און צָרעָה, און אַיָלוֹן, און חבֿרון, װאָס אין יהודה און בנימין, אױף פֿעסטונגשטעט.
11
און ער האָט פֿאַרשטאַרקט די פֿעסטונגען, און האָט אַרײַנגעזעצט אין זײ אָנפֿירער מיט שפּײַכלערס עסנװאַרג און אײל און װײַן.
12
און אין יעטװעדער שטאָט זײַנען געװען פּאַנצערס און שפּיזן; און ער האָט זײ זײער שטאַרק באַפֿעסטיקט. און יהודה און בנימין זײַנען געבליבן בײַ אים.
13
און די כּהנים און די לוִיִים װאָס אין גאַנץ ישׂראל האָבן זיך געשטעלט פֿאַר אים פֿון זײער גאַנצן געמאַרק.
14
װאָרום די לוִיִים האָבן פֿאַרלאָזן זײערע אָפֿענע ערטער און זײער אײגנטום, און זײַנען אַװעק קײן יהודה און קײן ירושָלַיִם, װײַל יָרָבֿעָם און זײַנע זין האָבן זײ פֿאַרשטױסן פֿון צו טאָן דעם דינסט צו גאָט;
15
און ער האָט זיך געשטעלט כּהנים צו די במות, און צו די שדים, און צו די קעלבער װאָס ער האָט געמאַכט.
16
און נאָך זײ, זײַנען פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל װאָס האָבן אָפּגעגעבן זײער האַרץ צו זוכן יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל, געקומען קײן ירושָלַיִם, כּדי צו שלאַכטן צו יהוה דעם גאָט פֿון זײערע עלטערן.
17
און זײ האָבן געשטאַרקט די מלוכה פֿון יהודה, און האָבן באַפֿעסטיקט רחבֿעם דעם זון פֿון שלמהן, דרײַ יאָר; װאָרום זײ זײַנען געגאַנגען אין דעם װעג פֿון דודן און שלמהן דרײַ יאָר.
18
און רחבֿעם האָט זיך גענומען פֿאַר אַ װײַב מַחלַת די טאָכטער פֿון ירימוֹת דעם זון פֿון דודן, פֿון אַבֿיהַיִל דער טאָכטער פֿון אֶליאָבֿ דעם זון פֿון יִשַין.
19
און זי האָט אים געבאָרן זין: יְעושן, און שמַריָהן, און זַהַמען.
20
און נאָך איר האָט ער גענומען מַעֲכָה די טאָכטער פֿון אַבֿשָלוֹמען, און זי האָט אים געבאָרן אַבִֿיָהן, און עַתַין, און זיזאָן, און שלוֹמיתן.
21
און רחבֿעם האָט ליב געהאַט מַעֲכָה די טאָכטער פֿון אַבֿשָלוֹמען מער פֿון אַלע זײַנע װײַבער און זײַנע קעפּסװײַבער; װאָרום אַכצן װײַבער האָט ער גענומען, און זעכציק קעפּסװײַבער; און ער האָט געבאָרן אַכט און צװאַנציק זין, און זעכציק טעכטער.
22
און רחבֿעם האָט אױפֿגשטעלט אַבִֿיָה דעם זון פֿון מַעֲכָהן פֿאַרן הױפּט, פֿאַר דעם פֿירשט צװישן זײַנע ברידער, װאָרום זײַן מײן איז געװען אים צו מאַכן פֿאַר אַ מלך.
23
און ער האָט געטאָן מיט שׂכל, און האָט צעשפּרײט אַלע זײַנע זין איבער אַלע לענדער פֿון יהודה און בנימין, אין אַלע פֿעסטונגשטעט, און ער האָט זײ געגעבן שפּײַז לרָובֿ; און ער האָט פֿאַר זײ אױסגעזוכט אַ סך װײַבער.