Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און רחבֿעם איז געגאַנגען קײן שכֶם, װאָרום קײן שכֶם זײַנען געקומען גאַנץ ישׂראל אים צו מאַכן פֿאַר אַ מלך. 2 און עס איז געװען, אַז יָרָבֿעָם דער זון פֿון נבָֿטן האָט דאָס געהערט – װאָרום ער איז געװען אין מִצרַיִם, װוּהין ער איז אַנטלאָפֿן פֿון דעם מלך שלמה – האָט זיך יָרָבֿעָם אומגעקערט פֿון מִצרַיִם. 3 און זײ האָבן געשיקט און אים גערופֿן; און יָרָבֿעָם און גאַנץ ישׂראל זײַנען געקומען, און האָבן גערעדט צו רחַבֿעָמען, אַזױ צו זאָגן: 4 דײַן פֿאָטער האָט שװער געמאַכט אונדזער יאָך, און אַצונד פֿאַרגרינגער דעם האַרטן דינסט פֿון דײַן פֿאָטער, װאָס ער האָט אַרױפֿגעלײגט אױף אונדז, און מיר װעלן דיר דינען. 5 האָט ער צו זײ געזאָגט: קומט װידער צו מיר אין דרײַ טעג אַרום. און דאָס פֿאָלק איז אַװעקגעגאַנגען. 6 האָט דער מלך רחבֿעָם זיך געעֵצהט מיט די זקנים װאָס זײַנען געשטאַנען פֿאַר זײַן פֿאָטער שלמהן, װען ער האָט געלעבט, אַזױ צו זאָגן: װי עצהט איר צו געבן אַן ענטפֿער דעם דאָזיקן פֿאָלק? 7 האָבן זײ צו אים גערעדט, אַזױ צו זאָגן: אױב דו װעסט גײן מיט גוטן מיט דעם דאָזיקן פֿאָלק, און װעסט זײ באַװיליקן, און װעסט רעדן צו זײ גוטע רײד, װעלן זײ דיר זײַן קנעכט אױף אַלע טעג. 8 אָבער ער האָט פֿאַרלאָזן די עצה פֿון די זקנים װאָס זײ האָבן אים געעֵצהט, און ער האָט זיך געעֵצהט מיט די ייִנגלעך װאָס זײַנען אױפֿגעװאַקסן מיט אים, װאָס זײַנען געשטאַנען פֿאַר אים. 9 און ער האָט צו זײ געזאָגט: װאָס עצהט איר, מיר זאָלן געבן אַן ענטפֿער דעם דאָזיקן פֿאָלק, װאָס האָט צו מיר גערעדט, אַזױ צו זאָגן: פֿאַרגרינגער דעם יאָך װאָס דײַן פֿאָטער האָט אַרױפֿגעלײגט אױף אונדז? 10 האָבן צו אים גערעדט די ייִנגלעך װאָס זײַנען אױפֿגעװאַקסן מיט אים, אַזױ צו זאָגן: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו דעם פֿאָלק װאָס האָט צו דיר גערעדט, אַזױ צו זאָגן: ״דײַן פֿאָטער האָט שװער געמאַכט אונדזער יאָך, דרום פֿאַרגרינגער דו אונדז״ – אַזױ זאָלסטו זאָגן צו זײ: מײַן מינדסטער פֿינגער איז דיקער פֿון מײַן פֿאָטערס לענדן. 11 און אַצונד, מײַן פֿאָטער האָט אױף אײַך אַרױפֿגעלאָדן אַ שװערן יאָך, און איך װעל נאָך צולײגן צו אײַער יאָך; מײַן פֿאָטער האָט אײַך געשטראָפֿט מיט ריטער, און איך – מיט דערנער. 12 און יָרָבֿעָם און דאָס גאַנצע פֿאָלק זײַנען געקומען צו רחבֿעָמען אױפֿן דריטן טאָג, אַזױ װי דער מלך האָט געהײסן, אַזױ צו זאָגן: קומט װידער צו מיר אױפֿן דריטן טאָג. 13 און דער מלך האָט זײ געענטפֿערט האַרט, און דער מלך רחבֿעם האָט פֿאַרלאָזן די עצה פֿון די זקנים. 14 און ער האָט צו זײ גערעדט אַזױ װי די עצה פֿון די ייִנגלעך, אַזױ צו זאָגן: מײַן פֿאָטער האָט שװער געמאַכט אײַער יאָך, און איך װעל נאָך צולײגן צו אים; מײַן פֿאָטער האָט אײַך געשטראָפֿט מיט ריטער, און איך – מיט דערנער. 15 און דער מלך האָט זיך ניט צוגעהערט צום פֿאָלק, װאָרום דאָס איז געװען באַשערט פֿון גאָט, כּדי גאָט זאָל מקיים זײַן זײַן װאָרט, װאָס ער האָט גערעדט דורך אַחיָהן פֿון שילוֹ, צו יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן. 16 און װי גאַנץ ישׂראל האָבן געזען, אַז דער מלך האָט זיך ניט צוגעהערט צו זײ, האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק געענטפֿערט דעם מלך, אַזױ צו זאָגן: מיר האָבן ניט קײן חלק אין דודן, און קײן ירושה אין דעם זון פֿון יִשין. איטלעכער צו דײַנע געצעלטן, ישׂראל! אַצונד קוק זיך אום אױף דײַן הױז, דוד! און גאַנץ ישׂראל איז אַװעקגעגאַנגען צו זײַנע געצעלטן. 17 נאָר די קינדער פֿון ישׂראל װאָס זײַנען געזעסן אין די שטעט פֿון יהודה, איבער זײ איז געבליבן מלך רחבֿעם. 18 און דער מלך רחבֿעם האָט אַרױסגעשיקט הַדוֹרָמען װאָס איבער דעם צינז, און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אים פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער, און ער איז געשטאָרבן. און דער מלך רחבֿעָם האָט זיך געאײַלט אַרױפֿצוגײן אױף זײַן רײַטװאָגן, צו אַנטלױפֿן קײן ירושָלַיִם. 19 און ישׂראל האָט װידערשפּעניקט אָן דעם הױז פֿון דוד ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
עברית
1 וַיֵּ֥לֶךְ רְחַבְעָ֖ם שְׁכֶ֑מָה כִּ֥י שְׁכֶ֛ם בָּ֥אוּ כָל־יִשְׂרָאֵ֖ל לְהַמְלִ֥יךְ אֹתֽוֹ׃ 2 וַיְהִ֞י כִּשְׁמֹ֨עַ יָרָבְעָ֤ם בֶּן־נְבָט֙ וְה֣וּא בְמִצְרַ֔יִם אֲשֶׁ֣ר בָּרַ֔ח מִפְּנֵ֖י שְׁלֹמֹ֣ה הַמֶּ֑לֶךְ וַיָּ֥שָׁב יָרָבְעָ֖ם מִמִּצְרָֽיִם׃ 3 וַֽיִּשְׁלְחוּ֙ וַיִּקְרְאוּ־ל֔וֹ וַיָּבֹ֥א יָרָבְעָ֖ם וְכָל־יִשְׂרָאֵ֑ל וַֽיְדַבְּר֔וּ אֶל־רְחַבְעָ֖ם לֵאמֹֽר׃ 4 אָבִ֖יךָ הִקְשָׁ֣ה אֶת־עֻלֵּ֑נוּ וְעַתָּ֡ה הָקֵל֩ מֵעֲבֹדַ֨ת אָבִ֜יךָ הַקָּשָׁ֗ה וּמֵעֻלּ֧וֹ הַכָּבֵ֛ד אֲשֶׁר־נָתַ֥ן עָלֵ֖ינוּ וְנַֽעַבְדֶֽךָּ׃ 5 וַיֹּ֣אמֶר אֲלֵהֶ֗ם ע֛וֹד שְׁלֹ֥שֶׁת יָמִ֖ים וְשׁ֣וּבוּ אֵלָ֑י וַיֵּ֖לֶךְ הָעָֽם׃   ס 6 וַיִּוָּעַ֞ץ הַמֶּ֣לֶךְ רְחַבְעָ֗ם אֶת־הַזְּקֵנִים֙ אֲשֶׁר־הָי֣וּ עֹֽמְדִ֗ים לִפְנֵי֙ שְׁלֹמֹ֣ה אָבִ֔יו בִּֽהְיֹת֥וֹ חַ֖י לֵאמֹ֑ר אֵ֚יךְ אַתֶּ֣ם נֽוֹעָצִ֔ים לְהָשִׁ֥יב לָֽעָם־הַזֶּ֖ה דָּבָֽר׃ 7 וַיְדַבְּר֨וּ אֵלָ֜יו לֵאמֹ֗ר אִם־תִּֽהְיֶ֨ה לְט֜וֹב לְהָעָ֤ם הַזֶּה֙ וּרְצִיתָ֔ם וְדִבַּרְתָּ֥ אֲלֵהֶ֖ם דְּבָרִ֣ים טוֹבִ֑ים וְהָי֥וּ לְךָ֛ עֲבָדִ֖ים כָּל־הַיָּמִֽים׃ 8 וַֽיַּעֲזֹ֛ב אֶת־עֲצַ֥ת הַזְּקֵנִ֖ים אֲשֶׁ֣ר יְעָצֻ֑הוּ וַיִּוָּעַ֗ץ אֶת־הַיְלָדִים֙ אֲשֶׁ֣ר גָּדְל֣וּ אִתּ֔וֹ הָעֹמְדִ֖ים לְפָנָֽיו׃ 9 וַיֹּ֣אמֶר אֲלֵהֶ֗ם מָ֚ה אַתֶּ֣ם נֽוֹעָצִ֔ים וְנָשִׁ֥יב דָּבָ֖ר אֶת־הָעָ֣ם הַזֶּ֑ה אֲשֶׁ֨ר דִּבְּר֤וּ אֵלַי֙ לֵאמֹ֔ר הָקֵל֙ מִן־הָעֹ֔ל אֲשֶׁר־נָתַ֥ן אָבִ֖יךָ עָלֵֽינוּ׃ 10 וַיְדַבְּר֣וּ אִתּ֗וֹ הַיְלָדִים֙ אֲשֶׁ֨ר גָּדְל֣וּ אִתּוֹ֮ לֵאמֹר֒ כֹּֽה־תֹאמַ֡ר לָעָם֩ אֲשֶׁר־דִּבְּר֨וּ אֵלֶ֜יךָ לֵאמֹ֗ר אָבִ֙יךָ֙ הִכְבִּ֣יד אֶת־עֻלֵּ֔נוּ וְאַתָּ֖ה הָקֵ֣ל מֵעָלֵ֑ינוּ כֹּ֚ה תֹּאמַ֣ר אֲלֵהֶ֔ם קָֽטָנִּ֥י עָבָ֖ה מִמָּתְנֵ֥י אָבִֽי׃ 11 וְעַתָּ֗ה אָבִי֙ הֶעְמִ֤יס עֲלֵיכֶם֙ עֹ֣ל כָּבֵ֔ד וַאֲנִ֖י אֹסִ֣יף עַֽל־עֻלְּכֶ֑ם אָבִ֗י יִסַּ֤ר אֶתְכֶם֙ בַּשּׁוֹטִ֔ים וַאֲנִ֖י בָּֽעֲקְרַבִּֽים׃   ס 12 וַיָּבֹ֨א יָרָבְעָ֧ם וְכָל־הָעָ֛ם אֶל־רְחַבְעָ֖ם בַּיּ֣וֹם הַשְּׁלִשִׁ֑י כַּאֲשֶׁ֨ר דִּבֶּ֤ר הַמֶּ֙לֶךְ֙ לֵאמֹ֔ר שׁ֥וּבוּ אֵלַ֖י בַּיּ֥וֹם הַשְּׁלִשִֽׁי׃ 13 וַיַּעֲנֵ֥ם הַמֶּ֖לֶךְ קָשָׁ֑ה וַֽיַּעֲזֹב֙ הַמֶּ֣לֶךְ רְחַבְעָ֔ם אֵ֖ת עֲצַ֥ת הַזְּקֵנִֽים׃ 14 וַיְדַבֵּ֣ר אֲלֵהֶ֗ם כַּעֲצַ֤ת הַיְלָדִים֙ לֵאמֹ֔ר אַכְבִּיד֙ אֶֽת־עֻלְּכֶ֔ם וַאֲנִ֖י אֹסִ֣יף עָלָ֑יו אָבִ֗י יִסַּ֤ר אֶתְכֶם֙ בַּשּׁוֹטִ֔ים וַאֲנִ֖י בָּעֲקְרַבִּֽים׃ 15 וְלֹֽא־שָׁמַ֥ע הַמֶּ֖לֶךְ אֶל־הָעָ֑ם כִּֽי־הָיְתָ֤ה נְסִבָּה֙ מֵעִ֣ם הֽ͏ָאֱלֹהִ֔ים לְמַעַן֩ הָקִ֨ים יְהוָ֜ה אֶת־דְּבָר֗וֹ אֲשֶׁ֤ר דִּבֶּר֙ בְּיַד֙ אֲחִיָּ֣הוּ הַשִּֽׁלוֹנִ֔י אֶל־יָרָבְעָ֖ם בֶּן־נְבָֽט׃ 16 וְכָל־יִשְׂרָאֵ֗ל כִּ֠י לֹא־שָׁמַ֣ע הַמֶּלֶךְ֮ לָהֶם֒ וַיָּשִׁ֣יבוּ הָעָ֣ם אֶת־הַמֶּ֣לֶךְ לֵאמֹ֡ר מַה־לָּנוּ֩ חֵ֨לֶק בְּדָוִ֜יד וְלֹֽא־נַחֲלָ֣ה בְּבֶן־יִשַׁ֗י אִ֤ישׁ לְאֹהָלֶ֙יךָ֙ יִשְׂרָאֵ֔ל עַתָּ֕ה רְאֵ֥ה בֵיתְךָ֖ דָּוִ֑יד וַיֵּ֥לֶךְ כָּל־יִשְׂרָאֵ֖ל לְאֹהָלָֽיו׃   ס 17 וּבְנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֔ל הַיֹּֽשְׁבִ֖ים בְּעָרֵ֣י יְהוּדָ֑ה וַיִּמְלֹ֥ךְ עֲלֵיהֶ֖ם רְחַבְעָֽם׃ 18 וַיִּשְׁלַ֞ח הַמֶּ֣לֶךְ רְחַבְעָ֗ם אֶת־הֲדֹרָם֙ אֲשֶׁ֣ר עַל־הַמַּ֔ס וַיִּרְגְּמוּ־ב֧וֹ בְנֵֽי־יִשְׂרָאֵ֛ל אֶ֖בֶן וַיָּמֹ֑ת וְהַמֶּ֣לֶךְ רְחַבְעָ֗ם הִתְאַמֵּץ֙ לַֽעֲל֣וֹת בַּמֶּרְכָּבָ֔ה לָנ֖וּס יְרוּשָׁלָֽ͏ִם׃   ס 19 וַיִּפְשְׁע֤וּ יִשְׂרָאֵל֙ בְּבֵ֣ית דָּוִ֔יד עַ֖ד הַיּ֥וֹם הַזֶּֽה׃   ס