אידיש
1
און גאַנץ ישׂראל האָבן זיך פֿאַרצײכנט, און זײ זײַנען פֿאַרשריבן אין בוך פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. און יהודה איז פֿאַרטריבן געװאָרן קײן בבֿל פֿאַר זײער פֿעלשונג.
2
און די װאָס האָבן זיך די ערשטע באַזעצט אױף זײער אײגנטום אין זײערע שטעט, זײַנען געװען, ישׂראל, די כּהנים, די לוִיִים, און די נתינים.
3
און אין ירושָלַיִם זײַנען געזעסן פֿון די קינדער פֿון יהודה, און פֿון די קינדער פֿון בנימין, און פֿון די קינדער פֿון אפֿרים און מנשה:
4
עותַי דער זון פֿון עַמיהוד דעם זון פֿון עָמרי, דעם זון פֿון אִמרין, דעם זון פֿון בנין, פֿון די זין פֿון פּרֶץ דעם זון פֿון יהודהן.
5
און פֿון די שילוֹנים: עַשָׂיָה דער בכָור, און זײַנע זין.
6
און פֿון די קינדער פֿון זֶרַח: יְעואֵל, און זײערע ברידער, זעקס הונדערט און נײַנציק.
7
און פֿון די קינדער פֿון בנימין: סַלוא דער זון פֿון משולָם דעם זון פֿון הוֹדַוְיָה, דעם זון פֿון הַסנואָהן;
8
און יִבֿניָה דער זון פֿון ירוחמען, און אֵלָה דער זון פֿון עוזי דעם זון פֿון מִכרין, און משולָם דער זון פֿון שפֿטיָה דעם זון פֿון רְעואֵל, דעם זון פֿון יִבֿנִיָהן;
9
און זײערע ברידער לױט זײערע געבורטן, נײַן הונדערט און זעקס און פֿופֿציק. די אַלע מענער זײַנען געװען הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער לױט זײערע פֿאָטערהײַזער.
10
און פֿון די כּהנים: ידַעְיָה, און יהוֹיָריבֿ, און יָכין;
11
און עַזַריָה דער זון פֿון חלקִיָה דעם זון פֿון משולָם, דעם זון פֿון צָדוֹק, דעם זון פֿון מרָיוֹת, דעם זון פֿון אַחיטובֿ, דער פֿירשט פֿון גאָטס הױז;
12
און עַדָיָה דער זון פֿון ירוֹחם דעם זון פֿון פּשחור, דעם זון פֿון מַלכִּיָהן, און מַעְשַׂי דער זון פֿון עַדיאֵל דעם זון פֿון יַחזֵרָה, דעם זון פֿון משולָם, דעם זון פֿון משִלֵמית, דעם זון פֿון אִמֵרן;
13
און זײערע ברידער, הױפּטן פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער, טױזנט און זיבן הונדערט און זעכציק טױגלעכע לײַט פֿאַר דער דינסטאַרבעט פֿון גאָטס הױז.
14
און פֿון די לוִיִים: שמַעיָה דער זון פֿון חשובֿ דעם זון פֿון עַזריקָם, דעם זון פֿון חשַבֿיָהן, פֿון די קינדער פֿון מרָרי;
15
און בקבקַר, חרֶש, און גָלָל, און מַתַּניָה דער זון פֿון מיכאָ דעם זון פֿון זִכרי, דעם זון פֿון אָסָפֿן;
16
און עוֹבֿדיָה דער זון פֿון שמַעיָה דעם זון פֿון גָלָל, דעם זון פֿון ידותונען, און ברֶכיָה דער זון פֿון אָסאָ דעם זון פֿון אֶלקָנָהן, װאָס איז געזעסן אין די דערפֿער פֿון די נטוֹפֿתים.
17
און די טױערלײַט זײַנען געװען: שַלום, און עַקובֿ, און טַלמוֹן, און אַחימָן; און זײער ברודער שַלום איז געװען דער הױפּט.
18
און נאָך ביז אַהער זײַנען זײ אין דעם מלכס טױער צו מזרח; זײ זײַנען די טױערלײַט פֿאַר די לאַגערס פֿון די קינדער פֿון לֵוִי.
19
און שַלום דער זון פֿון קוֹרֵא דעם זון פֿון אֶבֿיָסָף, דעם זון פֿון קֹרַחן, און זײַנע ברידער פֿון זײַן פֿאָטערס הױז, די קָרחים, זײַנען געװען איבער דער דינסטאַרבעט, די שװעלהיטער פֿון דעם געצעלט, אַזױ װי זײערע עלטערן זײַנען געװען איבער דעם לאַגער פֿון גאָט, די היטער פֿון דעם אײַנגאַנג.
20
און פּינחס דער זון פֿון אֶלעָזָרן איז געװען דער פֿירשט איבער זײ אַ מאָל; גאָט איז מיט אים געװען.
21
זכַריָה דער זון פֿון משֶלֶמיָהן איז געװען דער טױערמאַן בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד.
22
זײ אַלע, די אױסגעקליבענע פֿאַר טױערלײַט בײַ די שװעלן, צװײ הונדערט און צװעלף. זײ זײַנען געװען פֿאַרצײכנט לױט זײערע דערפֿער; זײ האָט דוד און שמואל דער זעער געשטעלט אױף זײער אַמט.
23
און זײ און זײערע קינדער זײַנען געװען איבער די טױערן פֿון דעם הױז פֿון גאָט, פֿון דעם הױז פֿון געצעלט, פֿאַר װאַכן.
24
אין פֿיר זײַטן זײַנען געװען די טױערלײַט: אין מזרח, אין מערבֿ, אין צפֿון, און אין דָרום.
25
און זײערע ברידער אין זײערע דערפֿער האָבן געדאַרפֿט קומען אױף זיבן טעג, פֿון צײַט צו צײַט, צו זײַן מיט די דאָזיקע;
26
װאָרום אױף שטענדיק זײַנען געװען נאָר די פֿיר הױפּטטױערלײַט. דאָס זײַנען געװען די לוִיִים. אױך זײַנען זײ געװען איבער די קאַמערן, און איבער די אוֹצרות פֿון גאָטס הױז.
27
און זײ האָבן גענעכטיקט אַרום דעם הױז פֿון גאָט, װײַל אױף זײ איז געװען די היטונג, און זײ זײַנען געװען איבער דעם עפֿענען, מאָרגן פֿאַר מאָרגן.
28
און טײל פֿון זײ זײַנען געװען איבער די כּלים פֿון דינסט, װאָרום מיט אַ צאָל האָט מען זײ אַרײַנגעבראַכט, און מיט אַ צאָל האָט מען זײ אַרױסגענומען.
29
און טײל פֿון זײ זײַנען געװען געשטעלט איבער די זאַכן, און איבער אַלע הײליקע כּלים, און איבער דעם זעמלמעל, און דעם װײַן, און דעם אײל, און דעם װײַרױך, און די בשׂמים.
30
אן טײל פֿון די זין פֿון די כּהנים האָבן צובאַרײט די צובאַרײטונג פֿון די בשׂמים.
31
און מַתִּתיָה פֿון די לוִיִים, װאָס איז געװען דער בכָור פֿון שַלום דעם קָרחי, האָט געהאַט דעם אַמט איבער די פֿאַנגעבעקסן.
32
און טײל פֿון די קינדער פֿון די קהָתים, פֿון זײערע ברידער, זײַנען געװען איבערן אױסגעלײגטן ברױט, דאָס צוצוגרײטן שבת אין שבת.
33
און דאָס זײַנען געװען די זינגערס, הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער פֿון די לוִיִים, אין די קאַמערן, פּטור [פֿון אַנדערן דינסט] װײַל טאָג און נאַכט איז אױף זײ געװען די אַרבעט.
34
די דאָזיקע זײַנען געװען הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די לוִיִים – לױט זײערע געבורטן, הױפּטן. די דאָזיקע זײַנען געזעסן אין ירושָלַיִם.
35
און אין גִבֿעוֹן זײַנען געזעסן: דער פֿאָטער פֿון גִבֿעוֹן, יעִיאֵל, װאָס דער נאָמען פֿון זײַן װײַב איז געװען מַעֲכָה;
36
און זײַן זון דער בכָור, עַבֿדוֹן, און צור, און קיש, און בַעַל, און נֵר, און נָדָבֿ;
37
און גדוֹר, און אַחיוֹ, און זכַריָה, און מִקלוֹת.
38
און מִקלוֹת האָט געבאָרן שִמאָמען. און זײ אױך זײַנען געזעסן מיט זײערע ברידער אין ירושָלַיִם, אַקעגן זײערע ברידער.
39
און נֵר האָט געבאָרן קישן; און קיש האָט געבאָרן שָאולן; און שָאול האָט געבאָרן יוֹנָתָנען, און מַלכּי-שועַן, און אַבֿינָדָבֿן, און אֶשבעַלן.
40
און יוֹנָתָנס זון איז געװען מריבֿ-בַעַל, און מריבֿ-בַעַל האָט געבאָרן מיכָהן.
41
און די זין פֿון מיכָהן זײַנען געװען: פּיתוֹן, און מֶלֶך, און תַּחרֵעַ, און אָחז.
42
און אָחז האָט געבאָרן יַערָהן; און יַערָה האָט געבאָרן עָלֶמֶתן, און עַזמָוֶתן, און זִמרין; און זִמרי האָט געבאָרן מוֹצאָן.
43
און מוֹצאָ האָט געבאָרן בנעָאן; און זײַן זון איז געװען רָיָה, זײַן זון אֶלעָשָׂה, זײַן זון אָצֵל.
44
און אָצֵל האָט געהאַט זעקס זין, און דאָס זײַנען זײערע נעמען: עַזריקָם, בוֹכרו, און יִשמָעֵאל, און שעַריָה, און עוֹבֿדיָה, און חנָן. דאָס זײַנען די זין פֿון אָצֵלן.