Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און די זין פֿון ראובֿן דעם בכָור פֿון ישׂראלן – װאָרום ער איז געװען דער בכָור, אָבער אַז ער האָט פֿאַרשװעכט דאָס געלעגער פֿון זײַן פֿאָטער, איז זײַן בכוֹרה אַװעקגעגעבן געװאָרן צו די קינדער פֿון יוֹסף דעם זון פֿון ישׂראלן, הגם ניט זיך צו רעכענען אין דעם יחוס-בריװ אױף דער בכוֹרה; 2 װאָרום יהודה האָט אַריבערגעשטיגן זײַנע ברידער, און פֿון אים איז אַרױס דער פֿירשט; אָבער די בכוֹרה איז געװען יוֹספֿס – 3 די זין פֿון ראובֿן דעם בכָור פֿון ישׂראלן זײַנען געװען: חַנוֹך, און פּלוא, חֶצרוֹן, און כַּרמי. 4 די קינדער פֿון יוֹאֵלן זײַנען געװען: זײַן זון שמַעיָה, זײַן זון גוֹג, זײַן זון שִמעִי; 5 זײַן זון מיכָה, זײַן זון רְאָיָה, זײַן זון בַעַל; 6 זײַן זון באֵרָה, װאָס תִּלגַת-פּלנֶסֶר דער מלך פֿון אַשור האָט פֿאַרטריבן; ער איז געװען דער פֿירשט פֿון די ראובֿנים. 7 און זײַנע ברידער לױט זײַנע משפּחות, זיך יחוסנדיק לױט זײערע געבורטן, זײַנען געװען: דער הױפּט יעִיאֵל, און זכַריָהו; 8 און בֶלַע דער זון פֿון עָזָז דעם זון פֿון שֶמַע, דעם זון פֿון יוֹאֵלן, װאָס איז געזעסן אין עַרוֹעֵר, ביז נבֿוֹ און בעַל-מְעוֹן; 9 און צו מזרח איז ער געזעסן ביז מע קומט צום מדבר, פֿון טײַך פּרָת אָן; װאָרום זײערע פֿי האָבן זיך פֿאַרמערט אין לאַנד גִלעָד. 10 און אין די טעג פֿון שָאולן האָבן זײ געמאַכט אַ מלחמה מיט די הַגריאים, און יענע זײַנען געפֿאַלן דורך זײער האַנט; און זײ האָבן זיך באַזעצט אין זײערע געצעלטן איבער דער גאַנצער געגנט צו מזרח פֿון גִלעָד.
11 און די קינדער פֿון גָד זײַנען געזעסן אַקעגן זײ אין לאַנד בָשָן ביז סַלכָה; 12 יוֹאֵל דער הױפּט, און שָפֿם דער צװײטער, און יַענַי, און שָפֿט, אין בשָן; 13 און זײערע ברידער לױט זײערע פֿאָטערהײַזער: מיכָאֵל, און משולָם, און שֶבֿע, און יוֹרַי, און יַעְכָּן, און זיעַ, און עֵבֿר – זיבן. 14 דאָס זײַנען די זין פֿון אַבֿיחיִל דעם זון פֿון חורי, דעם זון פֿון יָרוֹח, דעם זון פֿון גִלעָד, דעם זון פֿון מיכָאֵל, דעם זון פֿון ישישַי, דעם זון פֿון יַחדוֹ, דעם זון פֿון בוזן. 15 אַחי דער זון פֿון אַבֿדיאֵל דעם זון פֿון גונין איז געװען דער הױפּט פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער. 16 און זײ זײַנען געזעסן אין גִלעָד אין בשָן, און אין אירע טעכטערשטעט, און אין אַלע אָפֿענע ערטער פֿון פּלױן, בײַ זײערע אױסלאָזן. 17 זײ אַלע האָבן זיך פֿאַרצײכנט אין די טעג פֿון יוֹתָם דעם מלך פֿון יהודה, און אין די טעג פֿון יָרָבֿעָם דעם מלך פֿון ישׂראל.
18 די קינדער פֿון ראובֿן, און די גָדים, און דער האַלבער שבֿט מנשה – פֿון העלדישע יונגען, מענטשן װאָס טראָגן אַ שילד און אַ שװערד, און שפּאַנען אַ בױגן, און זײַנען געלערנט אין מלחמה, זײַנען געװען פֿיר און פֿערציק טױזנט און זיבן הונדערט און זעכציק װאָס גײען אַרױס אין חיל. 19 און זײ האָבן געמאַכט אַ מלחמה מיט די הַגריאים, און איטור, און נָפֿיש, און נוֹדָבֿ. 20 און זײ זײַנען געהאָלפֿן געװאָרן אַקעגן זײ, און די הַגריאים און אַלע װאָס מיט זײ זײַנען געגעבן געװאָרן אין זײער האַנט; װאָרום זײ האָבן געשריען צו גאָט אין דער מלחמה, און ער האָט זיך געלאָזט דערבעטן פֿון זײ, װײַל זײ האָבן זיך פֿאַרזיכערט אױף אים. 21 און זײ האָבן געפֿאַנגען זײערע פֿי: זײערע קעמלען פֿופֿציק טױזנט, און שאָף צװײ הונדערט און פֿופֿציק טױזנט, און אײזלען צװײ טױזנט, און נפֿשות מענטשן הונדערט טױזנט. 22 װאָרום עס זײַנען געפֿאַלן פֿיל דערשלאָגענע, װײַל די מלחמה איז געװען פֿון גאָט. און זײ זײַנען געזעסן אױף דעם אָרט פֿון זײ ביז צום גלות.
23 און די קינדער פֿון דעם האַלבן שבֿט מנשה זײַנען געזעסן אין לאַנד, פֿון בשָן ביז בעַל-חרמוֹן, און שׂניר, און דעם באַרג חרמוֹן. זײ האָבן זיך געמערט. 24 און דאָס זײַנען די הױפּטלײַט פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער: עֵפֿר, און יִשעִי, און אֶליאֵל, און עַזריאֵל, און יִרמיָה, און הוֹדַוְיָה, און יַחדיאֵל, מענטשן העלדישע גיבוֹרים, מענטשן מיט נעמען, הױפּטן פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער. 25 און זײ האָבן געפֿעלשט אָן דעם גאָט פֿון זײערע עלטערן, און זײַנען געװען פֿאַרפֿירט נאָך די געטער פֿון די פֿעלקער פֿון לאַנד, װאָס גאָט האָט פֿאַרטיליקט פֿון פֿאַר זײ. 26 און דער גאָט פֿון ישׂראל האָט דערװעקט דעם גײַסט פֿון פּול דעם מלך פֿון אַשור, און דעם גײַסט פֿון תִּלגַת-פּלנֶסֶר דעם מלך פֿון אַשור, און ער האָט זײ פֿאַרטריבן – די ראובֿנים, און די גָדים, און דעם האַלבן שבֿט מנשה, און ער האָט זײ געבראַכט קײן לַחלַך, און חבֿוֹר, און הָראָ, און בײַם טײַך גוֹזָן, ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
27 די זין פֿון לֵוִין: גֵרשוֹן, קהָת, און מרָרי. 28 און די זין פֿון קהָתן: עַמרָם, יצהָר, און חבֿרון, און עוזיאֵל. 29 און די קינדער פֿון עַמרָמען: אַהרן, און משה, און מרים. און די זין פֿון אַהרנען: נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, אֶלעָזָר, און יתָמָר. 30 אֶלעָזָר האָט געבאָרן פּינחסן; פּינחס האָט געבאָרן אַבֿישועַן. 31 און אַבֿישועַ האָט געבאָרן בוקין, און בוקי האָט געבאָרן עוזין. 32 און עוזי האָט געבאָרן זֶרַחיָהן, און זֶרַחיָה האָט געבאָרן מרָיוֹתן. 33 מרָיוֹת האָט געבאָרן אַמַריָהן, און אַמַריָה האָט געבאָרן אַחיטובֿן. 34 און אַחיטובֿ האָט געבאָרן צָדוֹקן, און צָדוֹק האָט געבאָרן אַחימַעַצן. 35 און אַחימַעַץ האָט געבאָרן עַזַריָהן, און עַזַריָה האָט געבאָרן יוֹחנָנען. 36 און יוֹחנָן האָט געבאָרן עַזַריָהן; דאָס איז דער װאָס איז געװען אַ כּהן אין דעם הױז װאָס שלמה האָט געבױט אין ירושָלַיִם. 37 און עַזַריָה האָט געבאָרן אַמַריָהן, און אַמַריָה האָט געבאָרן אַחיטובֿן. 38 און אַחיטובֿ האָט געבאָרן צָדוֹקן, און צָדוֹק האָט געבאָרן שַלומען. 39 און שַלום האָט געבאָרן חלקִיָהן, און חלקִיָה האָט געבאָרן עַזַריָהן. 40 און עַזַריָה האָט געבאָרן שׂרָיָהן, און שׂרָיָה האָט געבאָרן יהוֹצָדָקן. 41 און יהוֹצָדָק איז אַװעק אין גלות, װען גאָט האָט פֿאַרטריבן יהודה און ירושָלַיִם דורך דער האַנט פֿון נבֿוחדנֶצַרן.
עברית
1 וּבְנֵ֨י רְאוּבֵ֥ן בְּכֽוֹר־יִשְׂרָאֵל֮ כִּ֣י ה֣וּא הַבְּכוֹר֒ וּֽבְחַלְּלוֹ֙ יְצוּעֵ֣י אָבִ֔יו נִתְּנָה֙ בְּכֹ֣רָת֔וֹ לִבְנֵ֥י יוֹסֵ֖ף בֶּן־יִשְׂרָאֵ֑ל וְלֹ֥א לְהִתְיַחֵ֖שׂ לַבְּכֹרָֽה׃ 2 כִּ֤י יְהוּדָה֙ גָּבַ֣ר בְּאֶחָ֔יו וּלְנָגִ֖יד מִמֶּ֑נּוּ וְהַבְּכֹרָ֖ה לְיוֹסֵֽף׃   ס 3 בְּנֵ֥י רְאוּבֵ֖ן בְּכ֣וֹר יִשְׂרָאֵ֑ל חֲנ֥וֹךְ וּפַלּ֖וּא חֶצְר֥וֹן וְכַרְמִֽי׃ 4 בְּנֵ֖י יוֹאֵ֑ל שְׁמַֽעְיָ֥ה בְנ֛וֹ גּ֥וֹג בְּנ֖וֹ שִׁמְעִ֥י בְנֽוֹ׃ 5 מִיכָ֥ה בְנ֛וֹ רְאָיָ֥ה בְנ֖וֹ בַּ֥עַל בְּנֽוֹ׃ 6 בְּאֵרָ֣ה בְנ֔וֹ אֲשֶׁ֣ר הֶגְלָ֔ה תִּלְּגַ֥ת פִּלְנְאֶ֖סֶר מֶ֣לֶךְ אַשֻּׁ֑ר ה֥וּא נָשִׂ֖יא לָרֽאוּבֵנִֽי׃ 7 וְאֶחָיו֙ לְמִשְׁפְּחֹתָ֔יו בְּהִתְיַחֵ֖שׂ לְתֹלְדוֹתָ֑ם הָרֹ֥אשׁ יְעִיאֵ֖ל וּזְכַרְיָֽהוּ׃ 8 וּבֶ֙לַע֙ בֶּן־עָזָ֔ז בֶּן־שֶׁ֖מַע בֶּן־יוֹאֵ֑ל ה֚וּא יוֹשֵׁ֣ב בַּעֲרֹעֵ֔ר וְעַד־נְב֖וֹ וּבַ֥עַל מְעֽוֹן׃ 9 וְלַמִּזְרָ֗ח יָשַׁב֙ עַד־לְב֣וֹא מִדְבָּ֔רָה לְמִן־הַנָּהָ֖ר פְּרָ֑ת כִּ֧י מִקְנֵיהֶ֛ם רָב֖וּ בְּאֶ֥רֶץ גִּלְעָֽד׃ 10 וּבִימֵ֣י שָׁא֗וּל עָשׂ֤וּ מִלְחָמָה֙ עִם־הַֽהַגְרִאִ֔ים וַֽיִּפְּל֖וּ בְּיָדָ֑ם וַיֵּשְׁבוּ֙ בְּאָ֣הֳלֵיהֶ֔ם עַֽל־כָּל־פְּנֵ֖י מִזְרָ֥ח לַגִּלְעָֽד׃   פ
11 וּבְנֵי־גָ֣ד לְנֶגְדָּ֗ם יָֽשְׁב֛וּ בְּאֶ֥רֶץ הַבָּשָׁ֖ן עַד־סַלְכָֽה׃ 12 יוֹאֵ֣ל הָרֹ֔אשׁ וְשָׁפָ֖ם הַמִּשְׁנֶ֑ה וְיַעְנַ֥י וְשָׁפָ֖ט בַּבָּשָֽׁן׃ 13 וַאֲחֵיהֶ֞ם לְבֵ֣ית אֲבוֹתֵיהֶ֗ם מִֽיכָאֵ֡ל וּמְשֻׁלָּ֡ם וְ֠שֶׁבַע וְיוֹרַ֧י וְיַעְכָּ֛ן וְזִ֥יעַ וָעֵ֖בֶר שִׁבְעָֽה׃   ס 14 אֵ֣לֶּה בְּנֵ֣י אֲבִיחַ֗יִל בֶּן־חוּרִ֡י בֶּן־יָ֠רוֹחַ בֶּן־גִּלְעָ֧ד בֶּן־מִיכָאֵ֛ל בֶּן־יְשִׁישַׁ֥י בֶּן־יַחְדּ֖וֹ בֶּן־בּֽוּז׃ 15 אֲחִי֙ בֶּן־עַבְדִּיאֵ֣ל בֶּן־גּוּנִ֔י רֹ֖אשׁ לְבֵ֥ית אֲבוֹתָֽם׃ 16 וַיֵּֽשְׁב֛וּ בַּגִּלְעָ֥ד בַּבָּשָׁ֖ן וּבִבְנֹתֶ֑יהָ וּבְכָֽל־מִגְרְשֵׁ֥י שָׁר֖וֹן עַל־תּוֹצְאוֹתָֽם׃ 17 כֻּלָּם֙ הִתְיַחְשׂ֔וּ בִּימֵ֖י יוֹתָ֣ם מֶֽלֶךְ־יְהוּדָ֑ה וּבִימֵ֖י יָרָבְעָ֥ם מֶֽלֶךְ־יִשְׂרָאֵֽל׃   פ
18 בְּנֵֽי־רְאוּבֵ֨ן וְגָדִ֜י וַחֲצִ֥י שֵֽׁבֶט־מְנַשֶּׁה֮ מִן־בְּנֵי־חַיִל֒ אֲ֠נָשִׁים נֹשְׂאֵ֨י מָגֵ֤ן וְחֶ֙רֶב֙ וְדֹ֣רְכֵי קֶ֔שֶׁת וּלְמוּדֵ֖י מִלְחָמָ֑ה אַרְבָּעִ֨ים וְאַרְבָּעָ֥ה אֶ֛לֶף וּשְׁבַע־מֵא֥וֹת וְשִׁשִּׁ֖ים יֹצְאֵ֥י צָבָֽא׃ 19 וַיַּעֲשׂ֥וּ מִלְחָמָ֖ה עִם־הַֽהַגְרִיאִ֑ים וִיט֥וּר וְנָפִ֖ישׁ וְנוֹדָֽב׃ 20 וַיֵּעָזְר֣וּ עֲלֵיהֶ֔ם וַיִּנָּתְנ֤וּ בְיָדָם֙ הַֽהַגְרִיאִ֔ים וְכֹ֖ל שֶׁ֣עִמָּהֶ֑ם כִּ֠י לֵאלֹהִ֤ים זָעֲקוּ֙ בַּמִּלְחָמָ֔ה וְנַעְתּ֥וֹר לָהֶ֖ם כִּי־בָ֥טְחוּ בֽוֹ׃ 21 וַיִּשְׁבּ֣וּ מִקְנֵיהֶ֗ם גְּֽמַלֵּיהֶ֞ם חֲמִשִּׁ֥ים אֶ֙לֶף֙ וְצֹ֗אן מָאתַ֤יִם וַחֲמִשִּׁים֙ אֶ֔לֶף וַחֲמוֹרִ֖ים אַלְפָּ֑יִם וְנֶ֥פֶשׁ אָדָ֖ם מֵ֥אָה אָֽלֶף׃ 22 כִּֽי־חֲלָלִ֤ים רַבִּים֙ נָפָ֔לוּ כִּ֥י מֵהָאֱלֹהִ֖ים הַמִּלְחָמָ֑ה וַיֵּשְׁב֥וּ תַחְתֵּיהֶ֖ם עַד־הַגֹּלָֽה׃   פ
23 וּבְנֵ֗י חֲצִי֙ שֵׁ֣בֶט מְנַשֶּׁ֔ה יָשְׁב֖וּ בָּאָ֑רֶץ מִבָּשָׁ֞ן עַד־בַּ֧עַל חֶרְמ֛וֹן וּשְׂנִ֥יר וְהַר־חֶרְמ֖וֹן הֵ֥מָּה רָבֽוּ׃ 24 וְאֵ֖לֶּה רָאשֵׁ֣י בֵית־אֲבוֹתָ֑ם וְעֵ֡פֶר וְיִשְׁעִ֡י וֶאֱלִיאֵ֡ל וְ֠עַזְרִיאֵל וְיִרְמְיָ֨ה וְהוֹדַוְיָ֜ה וְיַחְדִּיאֵ֗ל אֲנָשִׁים֙ גִּבּ֣וֹרֵי חַ֔יִל אַנְשֵׁ֣י שֵׁמ֔וֹת רָאשִׁ֖ים לְבֵ֥ית אֲבוֹתָֽם׃ 25 וַיִּֽמְעֲל֔וּ בֵּאלֹהֵ֖י אֲבוֹתֵיהֶ֑ם וַיִּזְנ֗וּ אַחֲרֵי֙ אֱלֹהֵ֣י עַמֵּי־הָאָ֔רֶץ אֲשֶׁר־הִשְׁמִ֥יד אֱלֹהִ֖ים מִפְּנֵיהֶֽם׃ 26 וַיָּעַר֩ אֱלֹהֵ֨י יִשְׂרָאֵ֜ל אֶת־ר֣וּחַ פּ֣וּל מֶֽלֶךְ־אַשּׁ֗וּר וְאֶת־ר֙וּחַ֙ תִּלְּגַ֤ת פִּלְנֶ֙סֶר֙ מֶ֣לֶךְ אַשּׁ֔וּר וַיַּגְלֵם֙ לָראוּבֵנִ֣י וְלַגָּדִ֔י וְלַחֲצִ֖י שֵׁ֣בֶט מְנַשֶּׁ֑ה וַ֠יְבִיאֵם לַחְלַ֨ח וְחָב֤וֹר וְהָרָא֙ וּנְהַ֣ר גּוֹזָ֔ן עַ֖ד הַיּ֥וֹם הַזֶּֽה׃   פ
27 בְּנֵ֖י לֵוִ֑י גֵּרְשׁ֕וֹן קְהָ֖ת וּמְרָרִֽי׃ 28 וּבְנֵ֖י קְהָ֑ת עַמְרָ֣ם יִצְהָ֔ר וְחֶבְר֖וֹן וְעֻזִּיאֵֽל׃   ס 29 וּבְנֵ֣י עַמְרָ֔ם אַהֲרֹ֥ן וּמֹשֶׁ֖ה וּמִרְיָ֑ם   ס וּבְנֵ֣י אַהֲרֹ֔ן נָדָב֙ וַאֲבִיה֔וּא אֶלְעָזָ֖ר וְאִיתָמָֽר׃   ס 30 אֶלְעָזָר֙ הוֹלִ֣יד אֶת־פִּֽינְחָ֔ס פִּֽינְחָ֖ס הֹלִ֥יד אֶת־אֲבִישֽׁוּעַ׃ 31 וַאֲבִישׁ֙וּעַ֙ הוֹלִ֣יד אֶת־בֻּקִּ֔י וּבֻקִּ֖י הוֹלִ֥יד אֶת־עֻזִּֽי׃ 32 וְעֻזִּי֙ הוֹלִ֣יד אֶת־זְרַֽחְיָ֔ה וּֽזְרַֽחְיָ֖ה הוֹלִ֥יד אֶת־מְרָיֽוֹת׃ 33 מְרָיוֹת֙ הוֹלִ֣יד אֶת־אֲמַרְיָ֔ה וַאֲמַרְיָ֖ה הוֹלִ֥יד אֶת־אֲחִיטֽוּב׃ 34 וַאֲחִיטוּב֙ הוֹלִ֣יד אֶת־צָד֔וֹק וְצָד֖וֹק הוֹלִ֥יד אֶת־אֲחִימָֽעַץ׃ 35 וַאֲחִימַ֙עַץ֙ הוֹלִ֣יד אֶת־עֲזַרְיָ֔ה וַעֲזַרְיָ֖ה הוֹלִ֥יד אֶת־יוֹחָנָֽן׃ 36 וְיוֹחָנָ֖ן הוֹלִ֣יד אֶת־עֲזַרְיָ֑ה ה֚וּא אֲשֶׁ֣ר כִּהֵ֔ן בַּבַּ֕יִת אֲשֶׁר־בָּנָ֥ה שְׁלֹמֹ֖ה בִּירוּשָׁלָֽ͏ִם׃ 37 וַיּ֥וֹלֶד עֲזַרְיָ֖ה אֶת־אֲמַרְיָ֑ה וַאֲמַרְיָ֖ה הוֹלִ֥יד אֶת־אֲחִיטֽוּב׃ 38 וַאֲחִיטוּב֙ הוֹלִ֣יד אֶת־צָד֔וֹק וְצָד֖וֹק הוֹלִ֥יד אֶת־שַׁלּֽוּם׃ 39 וְשַׁלּוּם֙ הוֹלִ֣יד אֶת־חִלְקִיָּ֔ה וְחִלְקִיָּ֖ה הוֹלִ֥יד אֶת־עֲזַרְיָֽה׃ 40 וַעֲזַרְיָה֙ הוֹלִ֣יד אֶת־שְׂרָיָ֔ה וּשְׂרָיָ֖ה הוֹלִ֥יד אֶת־יְהוֹצָדָֽק׃ 41 וִיהוֹצָדָ֣ק הָלַ֔ךְ בְּהַגְל֣וֹת יְהוָ֔ה אֶת־יְהוּדָ֖ה וִירוּשָׁלָ֑͏ִם בְּיַ֖ד נְבֻכַדְנֶאצַּֽר׃   ס