Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און דוד און די האַרן פֿון חיל האָבן אָפּגעשײדט פֿאַר דעם דינסט פֿון די זין פֿון אָסָפֿן און הֵימָנען און ידותונען, די װאָס האָבן נבֿיאיש געשפּילט אױף האַרפֿן, אױף גיטאַרן, און אױף צימבלען; און זײער צאָל, פֿון די מענטשן װאָס האָבן געטאָן די אַרבעט לױט זײער דינסט, איז געװען: 2 פֿון די זין פֿון אָסָפֿן, זַכּור, און יוֹסף, און נתַניָה, און אַשַׂראֵלָה, די זין פֿון אָסָפֿן; אונטער דער האַנט פֿון אָסָפֿן, װאָס האָט נבֿיאיש געשפּיטל לױט דעם אײַנשטעל פֿון דעם מלך. 3 פֿון ידותונען, די זין פֿון ידותונען: גדַליָהו, און צרי, און ישַעיָהו, חשַבֿיָהו, און מַתִּתיָהו – זעקס, אונטער דער האַנט פֿון זײער פֿאָטער ידותונען, װאָס האָט נבֿיאיש געשפּילט אױף אַ האַרף בײַם דאַנקען און לױבן גאָט. 4 פֿון הֵימָנען, די זין פֿון הֵימָנען: בוקִיָהו, מַתַּניָהו, עוזיאֵל, שבֿואֵל, און אירימוֹת, חנַניָה, חנָני, אֶליאָתָה, גִדַלתּי, און רוֹמַמתּי-עֶזֶר, יָשבקָשָה, מַלוֹתי, הוֹתיר, מַחזיאוֹת. 5 די אַלע זײַנען געװען זין פֿון הֵימָן דעם מלכס זעער אין זאַכן פֿון גאָט – צו דערהײבן [זײַן] האָרן, װאָרום גאָט האָט געשאָנקען הֵימָנען פֿערצן זין און דרײַ טעכטער. 6 די אַלע זײַנען געװען אונטער דער האַנט פֿון זײער פֿאָטער, בײַם געזאַנג אין הױז פֿון גאָט, מיט צימבלען, גיטאַרן, און האַרפֿן, פֿאַר דעם דינסט פֿון גאָטס הױז, לױט דעם אײַנשטעל פֿון מלך – אָסָף, ידותון, און הֵימָן. 7 און זײער צאָל מיט זײערע ברידער, געלערנטע אין געזאַנג צו גאָט, אַלע קענער, איז געװען צװײ הונדערט און אַכט און אַכציק. 8 און זײ האָבן געװאָרפֿן גוֹרל, אַ װאַך קעגן [אַ װאַך], אַזױ דער קלענסטער אַזױ דער גרעסטער, דער קענער אַזױ װי דער תּלמיד.
9 און דער ערשטער גוֹרל איז אַרױסגעגאַנגען אױף אָסָפֿן – אױף יוֹספֿן. דער צװײטער גדַליָהו; ער און זײַנע ברידער און זײַנע זין – צװעלף. 10 דער דריטער זַכּור, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 11 דער פֿירטער אױף יִצרין, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 12 דער פֿינפֿטער נתַניָהו, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 13 דער זעקסטער בוקִיָהו, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 14 דער זיבעטער ישַׂראֵלָה, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 15 דער אַכטער ישַעיָהו, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 16 דער נײַנטער מַתַּניָהו, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 17 דער צענטער שִמעִי, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 18 דער עלפֿטער עַזַראֵל, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 19 דער צװעלפֿטער חשַבֿיָה, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 20 צום דרײַצנטן שובֿאֵל, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 21 צום פֿערצנטן מַתִּתיָהו, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 22 צום פֿופֿצנטן אױף אירֵמוֹתן, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 23 צום זעכצנטן אױף חנַניָהון, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 24 צום זיבעצנטן אױף יָשבקָשָהן, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 25 צום אַכצנטן אױף חנָנין, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 26 צום נײַנצנטן אױף מַלוֹתן, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 27 צום צװאַנציקסטן אױף אֶלִיָתָהן, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 28 צום אײן און צװאַנציקסטן אױף הוֹתירן, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 29 צום צװײ און צװאַנציקסטן אױף גִדַלתּין, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 30 צום דרײַ און צװאַנציקסטן אױף מַחזיאוֹתן, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. 31 צום פֿיר און צװאַנציקסטן אױף רוֹמַמתּי-עֶזֶרן, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
עברית
1 וַיַּבְדֵּ֣ל דָּוִיד֩ וְשָׂרֵ֨י הַצָּבָ֜א לַעֲבֹדָ֗ה לִבְנֵ֤י אָסָף֙ וְהֵימָ֣ן וִֽידוּת֔וּן הנביאים בְּכִנֹּר֥וֹת בִּנְבָלִ֖ים וּבִמְצִלְתָּ֑יִם וַֽיְהִי֙ מִסְפָּרָ֔ם אַנְשֵׁ֥י מְלָאכָ֖ה לַעֲבֹדָתָֽם׃ 2 לִבְנֵ֣י אָסָ֗ף זַכּ֧וּר וְיוֹסֵ֛ף וּנְתַנְיָ֥ה וַאֲשַׂרְאֵ֖לָה בְּנֵ֣י אָסָ֑ף עַ֚ל יַד־אָסָ֔ף הַנִּבָּ֖א עַל־יְדֵ֥י הַמֶּֽלֶךְ׃ 3 לִידוּת֑וּן בְּנֵ֣י יְדוּת֡וּן גְּדַלְיָ֡הוּ וּצְרִ֡י וִֽ֠ישַׁעְיָהוּ חֲשַׁבְיָ֨הוּ וּמַתִּתְיָ֜הוּ שִׁשָּׁ֗ה עַל֩ יְדֵ֨י אֲבִיהֶ֤ם יְדוּתוּן֙ בַּכִּנּ֔וֹר הַנִּבָּ֕א עַל־הֹד֥וֹת וְהַלֵּ֖ל לַיהוָֽה׃   ס 4 לְהֵימָ֑ן בְּנֵ֣י הֵימָ֡ן בֻּקִּיָּ֡הוּ מַתַּנְיָ֡הוּ עֻ֠זִּיאֵל שְׁבוּאֵ֨ל וִֽירִימ֜וֹת חֲנַנְיָ֣ה חֲנָ֗נִי אֱלִיאָ֤תָה גִדַּ֙לְתִּי֙ וְרֹמַ֣מְתִּי עֶ֔זֶר יָשְׁבְּקָ֣שָׁה מַלּ֔וֹתִי הוֹתִ֖יר מַחֲזִיאֽוֹת׃ 5 כָּל־אֵ֨לֶּה בָנִ֜ים לְהֵימָ֗ן חֹזֵ֥ה הַמֶּ֛לֶךְ בְּדִבְרֵ֥י הָאֱלֹהִ֖ים לְהָרִ֣ים קָ֑רֶן וַיִּתֵּ֨ן הָאֱלֹהִ֜ים לְהֵימָ֗ן בָּנִ֛ים אַרְבָּעָ֥ה עָשָׂ֖ר וּבָנ֥וֹת שָׁלֽוֹשׁ׃ 6 כָּל־אֵ֣לֶּה עַל־יְדֵי֩ אֲבִיהֶ֨ם בַּשִּׁ֜יר בֵּ֣ית יְהוָ֗ה בִּמְצִלְתַּ֙יִם֙ נְבָלִ֣ים וְכִנֹּר֔וֹת לַעֲבֹדַ֖ת בֵּ֣ית הָאֱלֹהִ֑ים עַ֚ל יְדֵ֣י הַמֶּ֔לֶךְ   ס אָסָ֥ף וִידוּת֖וּן וְהֵימָֽן׃ 7 וַיְהִ֤י מִסְפָּרָם֙ עִם־אֲחֵיהֶ֔ם מְלֻמְּדֵי־שִׁ֖יר לַיהוָ֑ה כָּל־הַ֨מֵּבִ֔ין מָאתַ֖יִם שְׁמוֹנִ֥ים וּשְׁמוֹנָֽה׃ 8 וַיַּפִּ֜ילוּ גּוֹרָל֣וֹת מִשְׁמֶ֗רֶת לְעֻמַּת֙ כַּקָּטֹ֣ן כַּגָּד֔וֹל מֵבִ֖ין עִם־תַּלְמִֽיד׃   פ
9 וַיֵּצֵ֞א הַגּוֹרָ֧ל הָרִאשׁ֛וֹן לְאָסָ֖ף לְיוֹסֵ֑ף גְּדַלְיָ֙הוּ֙ הַשֵּׁנִ֔י הֽוּא־וְאֶחָ֥יו וּבָנָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 10 הַשְּׁלִשִׁ֣י זַכּ֔וּר בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 11 הָרְבִיעִי֙ לַיִּצְרִ֔י בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 12 הַחֲמִישִׁ֣י נְתַנְיָ֔הוּ בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 13 הַשִּׁשִּׁ֣י בֻקִּיָּ֔הוּ בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 14 הַשְּׁבִעִ֣י יְשַׂרְאֵ֔לָה בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 15 הַשְּׁמִינִ֣י יְשַֽׁעְיָ֔הוּ בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 16 הַתְּשִׁיעִ֣י מַתַּנְיָ֔הוּ בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 17 הָעֲשִׂירִ֣י שִׁמְעִ֔י בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 18 עַשְׁתֵּֽי־עָשָׂ֣ר עֲזַרְאֵ֔ל בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 19 הַשְּׁנֵ֤ים עָשָׂר֙ לַחֲשַׁבְיָ֔ה בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 20 לִשְׁלֹשָׁ֤ה עָשָׂר֙ שֽׁוּבָאֵ֔ל בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 21 לְאַרְבָּעָ֤ה עָשָׂר֙ מַתִּתְיָ֔הוּ בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 22 לַחֲמִשָּׁ֤ה עָשָׂר֙ לִֽירֵמ֔וֹת בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 23 לְשִׁשָּׁ֤ה עָשָׂר֙ לַחֲנַנְיָ֔הוּ בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 24 לְשִׁבְעָ֤ה עָשָׂר֙ לְיָשְׁבְּקָ֔שָׁה בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 25 לִשְׁמוֹנָ֤ה עָשָׂר֙ לַחֲנָ֔נִי בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 26 לְתִשְׁעָ֤ה עָשָׂר֙ לְמַלּ֔וֹתִי בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 27 לְעֶשְׂרִים֙ לֶֽאֱלִיָּ֔תָה בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 28 לְאֶחָ֤ד וְעֶשְׂרִים֙ לְהוֹתִ֔יר בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 29 לִשְׁנַ֤יִם וְעֶשְׂרִים֙ לְגִדַּ֔לְתִּי בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 30 לִשְׁלֹשָׁ֤ה וְעֶשְׂרִים֙ לְמַ֣חֲזִיא֔וֹת בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 31 לְאַרְבָּעָ֤ה וְעֶשְׂרִים֙ לְרוֹמַ֣מְתִּי עָ֔זֶר בָּנָ֥יו וְאֶחָ֖יו שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃   פ