Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און די אײַנטײלונגען פֿון די קינדער פֿון אַהרן זײַנען געװען: די זין פֿון אַהרנען: נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, אֶלעָזָר, און יתָמָר. 2 און נָדָבֿ און אַבֿיהוא זײַנען געשטאָרבן בײַ זײער פֿאָטערס לעבן, און קײן קינדער האָבן זײ ניט געהאַט, זײַנען אֶלעָזָר און יתָמָר געװען כּהנים. 3 און דוד, און צָדוֹק פֿון די קינדער פֿון אֶלעָזָר, און אַחימֶלֶך פֿון די קינדער פֿון יתָמָר, האָבן זײ אײַנגעטײלט לױט זײער רײ אין זײער דינסט. 4 און פֿון די קינדער פֿון אֶלעָזָר האָבן זיך געפֿונען מער הױפּטמענער װי פֿון די קינדער פֿון איתָמֶר; און מע האָט זײ אַזױ אײַנגעטײלט: פֿון די קינדער פֿון אֶלעָזָר זעכצן הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער, און פֿון די קינדער פֿון יתָמָר, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, אַכט. 5 און מע האָט זײ אײַנגעטײלט לױט גוֹרל, די אַזױ װי יענע, װאָרום עס זײַנען געװען פֿירשטן פֿון הײליקטום, און פֿירשטן פֿון גאָט, אי פֿון די קינדער פֿון אֶלעָזָר, אי פֿון די קינדער פֿון יתָמָר. 6 און שמַעיָה דער זון פֿון נתַנאֵלן, דער שרײַבער, פֿון לֵוִי, האָט זײ פֿאַרשריבן פֿאַר דעם מלך, און די האַרן, און צָדוֹק דעם כּהן, און אַחימֶלֶך דעם זון פֿון אֶבֿיָתָרן, און די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די כּהנים און פֿון די לוִיִים: אײן פֿאָטערהױז גענומען פֿון אֶלעָזָר, און אײנס גענומען פֿון יתָמָר.
7 און דער ערשטער גוֹרל איז אַרױסגעגאַנגען אױף יהוֹיָריבֿן, דער צװײטער אױף ידַעְיָהן; 8 דער דריטער אױף חרימען, דער פֿירטער אױף שׂעוֹרימען; 9 דער פֿינפֿטער אױף מַלכִּיָהן, דער זעקסטער אױף מִיָמִנען; 10 דער זיבעטער אױף הַקוֹצן, דער אַכטער אױף אַבֿיָהן; 11 דער נײַנטער אױף יֵשועַן, דער צענטער אױף שכַניָהון; 12 דער עלפֿטער אױף אֶליָשיבֿן, דער צװעלפֿטער אױף יָקימען; 13 דער דרײַצנטער אױף חופּהן, דער פֿערצנטער אױף יֶשֶבֿאָבֿן; 14 דער פֿוצנטער אױף בלגָהן, דער זעכצנטער אױף אִמֵרן; 15 דער זיבעצנטער אױף חזירן, דער אַכצנטער אױף הַפּצֵצן; 16 דער נײַנצנטער אױף פּתַחיָהן, דער צװאַנציקסטער אױף יחזקאלן; 17 דער אײן און צװאַנציקסטער אױף יָכינען, דער צװײ און צװאַנציקסטער אױף גַמולן; 18 דער דרײַ און צװאַנציקסטער אױף דלָיָהון, דער פֿיר און צװאַנציקסטער אױף מַעַזיָהון.
19 דאָס איז געװען זײער רײ אין זײער דינסט, צו קומען אין הױז פֿון גאָט לױט דעם געזעץ צו זײ דורך דער האַנט פֿון זײער פֿאָטער אַהרנען, אַזױ װי יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל האָט אים באַפֿױלן.
20 און פֿון די איבעריקע קינדער פֿון לֵוִי: פֿון די זין פֿון עַמרָמען, שובֿאֵל; פֿון די זין פֿון שובֿאֵלן, יֶחדְיָהו. 21 פֿון רחבֿיָהון: פֿון די זין פֿון רחבֿיָהון, דער הױפּט יִשִיָה. 22 פֿון די יצהָרים, שלוֹמוֹת; פֿון די זין פֿון שלוֹמוֹת, יַחת. 23 און די זין [פֿון חבֿרוֹנען], אירִיָהו, אַמַריָהו דער צװײטער, יַחזיאֵל דער דריטער, איקַמעָם דער פֿירטער. 24 די זין פֿון עוזיאֵלן, מיכָה; פֿון די זין פֿון מיכָהן, שָמיר. 25 דער ברודער פֿון מיכָה, יִשִיָה; פֿון די זין פֿון יִשִיָהן, זכַריָהו. 26 די זין פֿון מרָרין, מַחלי, און מושי; די זין פֿון זײַן זון יַעֲזִיָהון – 27 די קינדער פֿון מרָרין פֿון זײַן זון יַעֲזִיָהון, שוֹהַם, און זַכּור, און עִבֿרי. 28 פֿון מַחלין, אֶלעָזָר; און ער האָט ניט געהאַט קײן זין. 29 פֿון קישן, די זין פֿון קישן, ירַחמְאֵל. 30 און די זין פֿון מושין, מַחלי, און עֵדֶר, און אירימוֹת. דאָס זײַנען געװען די קינדער פֿון די לוִיִים לױט זײערע פֿאָטערהײַזער. 31 און זײ אױך האָבן געװאָרפֿן גוֹרל אַזױ װי זײערע ברידער, די קינדער פֿון אַהרן, פֿאַר דעם מלך דוד, און צָדוֹקן, און אַחימֶלֶכן, און די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די כּהנים און פֿון די לוִיִים; די פֿאָטערהײַזער פֿון דעם הױפּט אַזױ װי זײַן ייִנגסטער ברודער.
עברית
1 וְלִבְנֵ֥י אַהֲרֹ֖ן מַחְלְקוֹתָ֑ם בְּנֵ֣י אַהֲרֹ֔ן נָדָב֙ וַאֲבִיה֔וּא אֶלְעָזָ֖ר וְאִיתָמָֽר׃ 2 וַיָּ֨מָת נָדָ֤ב וַאֲבִיהוּא֙ לִפְנֵ֣י אֲבִיהֶ֔ם וּבָנִ֖ים לֹא־הָי֣וּ לָהֶ֑ם וַֽיְכַהֲנ֔וּ אֶלְעָזָ֖ר וְאִיתָמָֽר׃ 3 וַיֶּֽחָלְקֵ֣ם דָּוִ֔יד וְצָדוֹק֙ מִן־בְּנֵ֣י אֶלְעָזָ֔ר וַאֲחִימֶ֖לֶךְ מִן־בְּנֵ֣י אִיתָמָ֑ר לִפְקֻדָּתָ֖ם בַּעֲבֹדָתָֽם׃ 4 וַיִּמָּצְא֣וּ בְֽנֵי־אֶלְעָזָ֡ר רַבִּ֞ים לְרָאשֵׁ֧י הַגְּבָרִ֛ים מִן־בְּנֵ֥י אִיתָמָ֖ר וַֽיַּחְלְק֑וּם לִבְנֵ֨י אֶלְעָזָ֜ר רָאשִׁ֤ים לְבֵית־אָבוֹת֙ שִׁשָּׁ֣ה עָשָׂ֔ר וְלִבְנֵ֧י אִיתָמָ֛ר לְבֵ֥ית אֲבוֹתָ֖ם שְׁמוֹנָֽה׃ 5 וַיַּחְלְק֥וּם בְּגוֹרָל֖וֹת אֵ֣לֶּה עִם־אֵ֑לֶּה כִּי־הָי֤וּ שָֽׂרֵי־קֹ֙דֶשׁ֙ וְשָׂרֵ֣י הָאֱלֹהִ֔ים מִבְּנֵ֥י אֶלְעָזָ֖ר וּבִבְנֵ֥י אִיתָמָֽר׃   ס 6 וֽ͏ַיִּכְתְּבֵ֡ם שְֽׁמַֽעְיָה֩ בֶן־נְתַנְאֵ֨ל הַסּוֹפֵ֜ר מִן־הַלֵּוִ֗י לִפְנֵ֨י הַמֶּ֤לֶךְ וְהַשָּׂרִים֙ וְצָד֣וֹק הַכֹּהֵ֗ן וַאֲחִימֶ֙לֶךְ֙ בֶּן־אֶבְיָתָ֔ר וְרָאשֵׁי֙ הָֽאָב֔וֹת לַכֹּהֲנִ֖ים וְלַלְוִיִּ֑ם בֵּֽית־אָ֣ב אֶחָ֗ד אָחֻז֙ לְאֶלְעָזָ֔ר וְאָחֻ֥ז אָחֻ֖ז לְאִיתָמָֽר׃   פ
7 וַיֵּצֵ֞א הַגּוֹרָ֤ל הָרִאשׁוֹן֙ לִיה֣וֹיָרִ֔יב לִֽידַעְיָ֖ה הַשֵּׁנִֽי׃ 8 לְחָרִם֙ הַשְּׁלִישִׁ֔י לִשְׂעֹרִ֖ים הָרְבִעִֽי׃ 9 לְמַלְכִּיָּה֙ הַחֲמִישִׁ֔י לְמִיָּמִ֖ן הַשִּׁשִּֽׁי׃ 10 לְהַקּוֹץ֙ הַשְּׁבִעִ֔י לַאֲבִיָּ֖ה הַשְּׁמִינִֽי׃ 11 לְיֵשׁ֙וּעַ֙ הַתְּשִׁעִ֔י לִשְׁכַנְיָ֖הוּ הָעֲשִׂרִֽי׃ 12 לְאֶלְיָשִׁיב֙ עַשְׁתֵּ֣י עָשָׂ֔ר לְיָקִ֖ים שְׁנֵ֥ים עָשָֽׂר׃ 13 לְחֻפָּה֙ שְׁלֹשָׁ֣ה עָשָׂ֔ר לְיֶֽשֶׁבְאָ֖ב אַרְבָּעָ֥ה עָשָֽׂר׃ 14 לְבִלְגָּה֙ חֲמִשָּׁ֣ה עָשָׂ֔ר לְאִמֵּ֖ר שִׁשָּׁ֥ה עָשָֽׂר׃ 15 לְחֵזִיר֙ שִׁבְעָ֣ה עָשָׂ֔ר לְהַפִּצֵּ֖ץ שְׁמוֹנָ֥ה עָשָֽׂר׃ 16 לִֽפְתַחְיָה֙ תִּשְׁעָ֣ה עָשָׂ֔ר לִֽיחֶזְקֵ֖אל הָעֶשְׂרִֽים׃ 17 לְיָכִין֙ אֶחָ֣ד וְעֶשְׂרִ֔ים לְגָמ֖וּל שְׁנַ֥יִם וְעֶשְׂרִֽים׃ 18 לִדְלָיָ֙הוּ֙ שְׁלֹשָׁ֣ה וְעֶשְׂרִ֔ים לְמַֽעַזְיָ֖הוּ אַרְבָּעָ֥ה וְעֶשְׂרִֽים׃   פ
19 אֵ֣לֶּה פְקֻדָּתָ֞ם לַעֲבֹדָתָ֗ם לָב֤וֹא לְבֵית־יְהוָה֙ כְּמִשְׁפָּטָ֔ם בְּיַ֖ד אַהֲרֹ֣ן אֲבִיהֶ֑ם כַּאֲשֶׁ֣ר צִוָּ֔הוּ יְהוָ֖ה אֱלֹהֵ֥י יִשְׂרָאֵֽל׃   פ
20 וְלִבְנֵ֥י לֵוִ֖י הַנּוֹתָרִ֑ים לִבְנֵ֤י עַמְרָם֙ שֽׁוּבָאֵ֔ל לִבְנֵ֥י שׁוּבָאֵ֖ל יֶחְדְּיָֽהוּ׃ 21 לִרְחַבְיָ֑הוּ לִבְנֵ֣י רְחַבְיָ֔הוּ הָרֹ֖אשׁ יִשִּׁיָּֽה׃ 22 לַיִּצְהָרִ֣י שְׁלֹמ֔וֹת לִבְנֵ֥י שְׁלֹמ֖וֹת יָֽחַת׃ 23 וּבְנָ֖י יְרִיָּ֑הוּ אֲמַרְיָ֙הוּ֙ הַשֵּׁנִ֔י יַחֲזִיאֵל֙ הַשְּׁלִישִׁ֔י יְקַמְעָ֖ם הָרְבִיעִֽי׃ 24 בְּנֵ֤י עֻזִּיאֵל֙ מִיכָ֔ה לִבְנֵ֥י מִיכָ֖ה שמור 25 אֲחִ֤י מִיכָה֙ יִשִּׁיָּ֔ה לִבְנֵ֥י יִשִּׁיָּ֖ה זְכַרְיָֽהוּ׃ 26 בְּנֵ֤י מְרָרִי֙ מַחְלִ֣י וּמוּשִׁ֔י בְּנֵ֖י יַעֲזִיָּ֥הֽוּ בְנֽוֹ׃ 27 בְּנֵ֖י מְרָרִ֑י לְיַֽעֲזִיָּ֣הֽוּ בְנ֔וֹ וְשֹׁ֥הַם וְזַכּ֖וּר וְעִבְרִֽי׃ 28 לְמַחְלִי֙ אֶלְעָזָ֔ר וְלֹא־הָ֥יָה ל֖וֹ בָּנִֽים׃ 29 לְקִ֖ישׁ בְּנֵי־קִ֥ישׁ יְרַחְמְאֵֽל׃ 30 וּבְנֵ֣י מוּשִׁ֔י מַחְלִ֥י וְעֵ֖דֶר וִירִימ֑וֹת אֵ֛לֶּה בְּנֵ֥י הַלְוִיִּ֖ם לְבֵ֥ית אֲבֹתֵיהֶֽם׃ 31 וַיַּפִּילוּ֩ גַם־הֵ֨ם גּוֹרָל֜וֹת לְעֻמַּ֣ת אֲחֵיהֶ֣ם בְּנֵֽי־אַהֲרֹ֗ן לִפְנֵ֨י דָוִ֤יד הַמֶּ֙לֶךְ֙ וְצָד֣וֹק וַאֲחִימֶ֔לֶךְ וְרָאשֵׁי֙ הָֽאָב֔וֹת לַכֹּהֲנִ֖ים וְלַלְוִיִּ֑ם אָב֣וֹת הָרֹ֔אשׁ לְעֻמַּ֖ת אָחִ֥יו הַקָּטָֽן׃   ס