אידיש
1
און דוד איז געװאָרן אַלט און זאַט מיט טעג, און ער האָט געמאַכט זײַן זון שלמהן פֿאַר מלך איבער ישׂראל.
2
און ער האָט אײַנגעזאַמלט אַלע האַרן פֿון ישׂראל, און די כּהנים און די לוִיִים.
3
און די לוִיִים זײַנען געצײלט געװאָרן פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און זײער צאָל לױט זײערע קעפּ, פֿון די מענער, איז געװען אַכט און דרײַסיק טױזנט.
4
פֿון די דאָזיקע, אױף אױפֿצופּאַסן אױף דער אַרבעט פֿון גאָטס הױז פֿיר און צװאַנציק טױזנט, און אױפֿזעער און ריכטער, זעקס טױזנט.
5
און פֿיר טױזנט טױערלײַט; און פֿיר טױזנט װאָס זאָלן לױבן גאָט ״מיט די כּלֵי-זֶמֶר װאָס איך האָב געמאַכט אױף צו לױבן״.
6
און דוד האָט זײ אײַנגעטײלט אין אײַנטײלונגען לױט די זין פֿון לֵוִין: גֵרשוֹן, קהָת, און מרָרי.
7
פֿון די גֵרשונים: לַעְדָן, און שִמעִי.
8
די זין פֿון לַעְדָנען: דער הױפּט יחיאֵל, און זֵתָם, און יוֹאֵל – דרײַ.
9
די זין פֿון שִמעִין: שלוֹמית, און חזיאֵל, און הָרָן – דרײַ. די דאָזיקע זײַנען געװען הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון לַעְדָן.
10
און די זין פֿון שִמעִין זײַנען געװען: יַחת, זינאָ, און יְעוש און בריעָה. דאָס זײַנען געװען די פֿיר זין פֿון שִמעִין.
11
און יַחת איז געװען דער הױפּט, און זיזָה דער צװײטער; און יְעוש און בריעָה האָבן ניט געהאַט פֿיל זין, דרום זײַנען זײ אין דער צײלונג געװען אײן פֿאָטערהױז.
12
די זין פֿון קהָת; עַמרָם, יצהָר, חבֿרון, און עוזיאֵל – פֿיר.
13
די זין פֿון עַמרָמען: אַהרן, און משה. און אַהרן איז אָפּגעשײדט געװאָרן, כּדי אים צו הײליקן פֿאַר גאָר הײליק, אים און זײַנע זין ביז אײביק, צו דעמפֿן פֿאַר גאָט, אים צו באַדינען, און צו בענטשן אין זײַן נאָמען אײביק.
14
און משה דער געטלעכער מאַן, זײַנע קינדער װערן גערופֿן אױף שבֿט לֵוִי.
15
די זין פֿון משהן זײַנען געװען: גֵרשוֹם, און אֶליעֶזֶר.
16
די זין פֿון גֵרשוֹמען: שבֿואֵל דער הױפּט.
17
און די זין פֿון אֶליעֶזֶרן זײַנען געװען: רחבֿיָה דער הױפּט. און אֶליעֶזֶר האָט ניט געהאַט קײן אַנדערע זין; אָבער די זין פֿון רחבֿיָהן זײַנען געװען פֿיל ביז גאָר.
18
די זין פֿון יצהָרן זײַנען געװען: שלוֹמית דער הױפּט.
19
די זין פֿון חבֿרוֹנען: אירִיָהו, דער הױפּט, אַמַריָה דער צװײטער, יַחזיאֵל דער דריטער, און איקַמעָם דער פֿירטער.
20
די זין פֿון עוזיאֵלן: מיכָה דער הױפּט, און יִשִיָה דער צװײטער.
21
די זין פֿון מרָרין: מַחלי, און מושי. די זין פֿון מַחלין: אֶלעָזָר, און קיש.
22
און אֶלעָזָר איז געשטאָרבן, און האָט ניט געהאַט קײן זין, נאָר טעכטער; און זײערע אײגענע, די זין פֿון קישן, האָבן זײ גענומען.
23
די זין פֿון מושין זײַנען געװען: מַחלי, און עֵדֶר, און אירֵמוֹת – דרײַ.
24
די דאָזיקע זײַנען געװען די זין פֿון לֵוִין לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער לױט זײערע געצײלטע, נאָך דער צאָל פֿון נעמען לױט זײערע קעפּ, די װאָס האָבן געטאָן די אַרבעט פֿאַר דעם דינסט פֿון גאָטס הױז, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער.
25
װאָרום דוד האָט געזאָגט: יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל האָט באַרוט זײַן פֿאָלק, און ער רוט אין ירושָלַיִם אױף אײביק;
26
און אױך די לוִיִים דאַרפֿן מער ניט טראָגן דעם מִשכּן, און אַלע זײַנע כּלים פֿאַר זײַן דינסט.
27
יאָ, לױט די לעצטע װערטער פֿון דודן איז די צײלונג פֿון די קינדער פֿון לֵוִי געװען פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער.
28
װאָרום זײ האָבן געדאַרפֿט שטײן בײַ דער האַנט פֿון די קינדער פֿון אַהרן פֿאַר דעם דינסט פֿון גאָטס הױז, אױף די הױפֿן, און אױף די קאַמערן, און אױף דער רײניקונג פֿון אַלע הײליקע זאַכן, און דער אַרבעט פֿון דעם דינסט פֿון גאָטס הױז;
29
און פֿאַר דעם אױסגעלײגטן ברױט, און פֿאַר דעם זעמלמעל פֿאַר שפּײַזאָפּפֿער, סײַ פֿון אומגעזײַערטע קוכנס, סײַ אין אַ באַקפֿאַן, סײַ אין אַ שמאָרפֿאַן; און פֿאַר יעטװעדער פֿײַכטער און טרוקענער מאָס;
30
און אױף צו שטײן מאָרגן פֿאַר מאָרגן צו דאַנקען און צו לױבן גאָט, און דעסט גלײַכן אין אָװנט;
31
און פֿאַר יעטװעדער אױפֿברענגען פֿון בראַנדאָפּפֿער צו גאָט אין די שבתים, אום רֹאש-חוֹדש, און אין די יָום-טוֹבֿים, לױט דער צאָל, אַזױ װי דער דין װעגן זײ, תּמיד, פֿאַר גאָט;
32
און אַז זײ זאָלן היטן די היטונג פֿון דעם אוֹהל-מוֹעד, און די היטונג פֿון דעם הײליקטום, און די היטונג פֿון די קינדער פֿון אַהרן, זײערע ברידער, פֿאַר דעם דינסט פֿון גאָטס הױז.