אידיש
1
און דוד האָט געזאָגט: דאָס איז דאָס הױז פֿון גאָט דעם האַר, און דאָס איז דער מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער פֿאַר ישׂראל.
2
און דוד האָט געהײסן אײַנזאַמלען אַלע פֿרעמדע װאָס אין לאַנד ישׂראל, און ער האָט געשטעלט שטײנהעקער אױסצוהאַקן געשניטענע שטײנער אױף צו בױען דאָס הױז פֿון גאָט.
3
און אײַזן לרָובֿ אױף נעגל פֿאַר די טירן פֿון די טױערן, און אױף קלאַמערן, האָט דוד אָנגעברײט; און קופּער לרָובֿ גאָר אָן אַ װאָג;
4
און צעדערהאָלץ אָן אַ צאָל; װאָרום די צידוֹנים און די צוֹרים האָבן געבראַכט דודן צעדערהאָלץ לרָובֿ.
5
און דוד האָט געזאָגט: מײַן זון שלמה איז יונג און שװאַך, און דאָס הױז װאָס מע דאַרף בױען צו גאָט, דאַרף מען מאַכן גרױס ביז גאָר, פֿאַר אַ שם, און פֿאַר אַ צירונג, אַנטקעגן אַלע לענדער; לאָמיך אַקאָרשט צוגרײטן פֿאַר אים. און דוד האָט צוגעגרײט אַ סך פֿאַר זײַן טױט.
6
און ער האָט גערופֿן זײַן זון שלמהן, און ער האָט אים באַפֿױלן צו בױען אַ הױז צו יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל.
7
און דוד האָט געזאָגט צו שלמהן: מײַן זון, בײַ מיר אַלײן איז געװען אין האַרצן צו בױען אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון גאָט מײַן האַר.
8
אָבער דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: אַ סך בלוט האָסטו פֿאַרגאָסן, און גרױסע מלחמות האָסטו געמאַכט; קענסט ניט בױען אַ הױז צו מײַן נאָמען, װײַל דו האָסט פֿיל בלוט פֿאַרגאָסן צו דער ערד פֿאַר מײַן געזיכט.
9
אָט װערט דיר געבאָרן אַ זון; ער װעט זײַן אַ מענטש פֿון רו, און איך װעל אים באַרוען פֿון אַלע זײַנע פֿײַנט פֿון אַרום; װאָרום שלמה װעט זײַן זײַן נאָמען, און שלום און שטילקײט װעל איך געבן ישׂראל אין זײַנע טעג.
10
ער װעט בױען אַ הױז צו מײַן נאָמען, און ער װעט מיר זײַן פֿאַר אַ זון, און איך אים פֿאַר אַ פֿאָטער; און איך װעל באַפֿעסטיקן דעם טראָן פֿון זײַן מלוכה איבער ישׂראל אױף אײביק.
11
אַצונד, מײַן זון, זאָל גאָט זײַן מיט דיר, און זאָלסט מצליח זײַן, און בױען דאָס הױז פֿון יהוה דײַן גאָט, אַזױ װי ער האָט גערעדט װעגן דיר.
12
זאָל נאָר גאָט דיר געבן שׂכל און פֿאַרשטאַנדיקײט, און דיך באַפֿעלן איבער ישׂראל; און אַז דו זאָלסט היטן די תּוֹרה פֿון יהוה דײַן גאָט.
13
דענצמאָל װעסטו מצליח זײַן, אַז דו װעסט היטן צו טאָן די חוקים און די געזעצן װאָס גאָט האָט באַפֿױלן משהן פֿאַר ישׂראל. זײַ שטאַרק און פֿעסט, זאָלסט ניט מוֹרא האָבן און ניט אַנגסטן.
14
און אָט אין מײַן אָרימקײט האָב איך צוגעגרײט פֿאַר דעם הױז פֿון גאָט הונדערט טױזנט צענטנער גאָלד, און טױזנט מאָל טױזנט צענטנער זילבער, און קופּער און אײַזן אָן אַ װאָג, װאָרום עס איז דאָ לרָובֿ; אױך האָלץ און שטײנער האָב איך צוגעגרײט, און דו קענסט נאָך צולײגן דערצו.
15
און בײַ דיר זײַנען דאָ אַ סך בעל-מלאָכהס, שטײנהעקער, און מײַנסטערס אין שטײן און אין האָלץ, און אַלערלײ קינצלער אין יעטװעדער מלאָכה.
16
צום גאָלד, צום זילבער, און צום קופּער, און צום אײַזן, איז קײן צאָל ניטאָ; שטײ אױף און טו, און זאָל גאָט זײַן מיט דיר.
17
און דוד האָט באַפֿױלן אַלע האַרן פֿון ישׂראל צו העלפֿן זײַן זון שלמהן:
18
פֿאַר װאָר, יהוה אײַער גאָט איז מיט אײַך, און ער האָט אײַך באַרוט פֿון רונד אַרום, װאָרום ער האָט געגעבן אין מײַן האַנט די באַװױנער פֿון לאַנד, און דאָס לאַנד ליגט באַצװוּנגען פֿאַר גאָט און פֿאַר זײַן פֿאָלק.
19
אַצונד, גיט אײַער האַרץ און אײַער זעל צו זוכן יהוה אײַער גאָט, און שטײט אױף, און בױט דאָס הײליקטום פֿון גאָט דעם האַר, כּדי צו ברענגען דעם אָרון פֿון גאָטס בונד, און די הײליקע כּלים פֿון גאָט, אין דעם הױז װאָס װערט געבױט צו דעם נאָמען פֿון גאָט.