אידיש
1
און אַ שׂטן איז אױפֿגעשטאַנען אױף ישׂראל, און ער האָט אָנגערעדט דודן צו צײלן ישׂראל.
2
און דוד האָט געזאָגט צו יוֹאָבֿן, און צו די האַרן פֿון פֿאָלק: גײט צײלט ישׂראל פֿון באֵר-שֶבֿע און ביז דָן, און ברענגט עס מיר, כּדי איך זאָל װיסן זײער מספּר.
3
האָט יוֹאָבֿ געזאָגט: זאָל גאָט מערן זײַן פֿאָלק הונדערט מאָל אַזױ פֿיל װי זײ זײַנען! זײַנען זײ ניט אַלע, מײַן האַר מלך, קנעכט צו מײַן האַר? צוּ װאָס פֿאַרלאַנגט דאָס מײַן האַר? נאָך װאָס זאָל עס זײַן פֿאַר אַ זינד אױף ישׂראל?
4
אָבער דאָס װאָרט פֿון מלך איז געװען שטאַרק צו יוֹאָבֿן, און יוֹאָבֿ איז אַרױסגעגאַנען, און איז אַרומגעגאַנגען אין גאַנץ ישׂראל, און איז צוריקגעקומען קײן ירושָלַיִם.
5
און יוֹאָבֿ האָט איבערגעגעבן דעם מספּר פֿון דער צײלונג פֿון דעם פֿאָלק צו דודן. און גאַנץ ישׂראל איז געװען טױזנט מאָל טױזנט און הונדערט טױזנט מאַן װאָס ציען אַ שװערד; און יהודה, פֿיר הונדערט און זיבעציק טױזנט װאָס ציען אַ שװערד.
6
און לֵוִי און בנימין האָט ער ניט געצײלט צװישן זײ; װאָרום דער אָנזאָג פֿון דעם מלך איז געװען יוֹאָבֿן צוּװידער.
7
און עס איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט װעגן דער דאָזיקער זאַך, און ער האָט געשלאָגן ישׂראל.
8
האָט דוד געזאָגט צו גאָט: איך האָב זײער געזינדיקט װאָס איך האָב געטאָן די דאָזיקע זאַך, און אַצונד, טו אָפּ, איך בעט דיך, דעם פֿאַרברעך פֿון דײַן קנעכט, װאָרום איך בין געװען זײער נאַריש.
9
האָט גאָט געזאָגט צו גָד, דודס זעער, אַזױ צו זאָגן: גײ און זאָלסט רעדן צו דודן, אַזױ צו זאָגן:
10
אַזױ האָט גאָט געזאָגט: דרײַערלײ זאַכן לײג איך אױף דיר; קלײַב דיר אױס אײנס פֿון זײ, װאָס איך זאָל דיר טאָן.
11
איז גָד געקומען צו דודן, און האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: נעם אױף דיר,
12
ענטװעדער דרײַ יאָר הונגער, אָדער דרײַ חדשים פֿאַרלענדט װערן פֿאַר דײַנע פֿײַנט, און די שװערד פֿון דײַנע שָׂונאים זאָל דיך דערגרײכן, אָדער דרײַ טעג די שװערד פֿון גאָט און אַ מגפֿה אין לאַנד, און דער מלאך פֿון גאָט זאָל אומברענגען אין גאַנצן געמאַרק פֿון ישׂראל. און אַצונד זע װאָס פֿאַר אַ באַשײד איך זאָל ברענגען צו דעם װאָס שיקט מיך.
13
האָט דוד געזאָגט צו גָדן: מיר איז זײער ענג. לאָמיך, איך בעט דיך, פֿאַלן אין דער האַנט פֿון גאָט, װאָרום זײַן רחמנות איז זײער גרױס, און לאָמיך ניט פֿאַלן אין דער האַנט פֿון אַ מענטשן.
14
האָט גאָט געשיקט אַ מגפֿה אױף ישׂראל, און עס זײַנען געפֿאַלן פֿון ישׂראל זיבעציק טױזנט מאַן.
15
און גאָט האָט געשיקט אַ מלאך קײן ירושָלַיִם, זי אומצוברענגען; אָבער װי ער האָט געהאַלטן בײַם אומברענגען, האָט גאָט אַראָפּגעקוקט, און ער האָט חרטה געהאַט אױף דעם בײז, און ער האָט געזאָגט צו דעם מלאך דעם אומברענגער: גענוג! אַצונד לאָז אָפּ דײַן האַנט. און דער מלאך פֿון גאָט איז געשטאַנען בײַ דעם שײַער פֿון אָרנָן דעם יבֿוסי.
16
האָט דוד אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט דערזען דעם מלאך פֿון גאָט װי ער שטײט צװישן ערד און הימל מיט זײַן שװערד אַרױסגעצױגן אין זײַן האַנט, אױסגעשטרעקט אַקעגן ירושָלַיִם; און דוד און די עלטסטע, צוגעדעקט מיט זאַק, זײַנען געפֿאַלן אױף זײער פּנים.
17
און דוד האָט געזאָגט צו גאָט: פֿאַר װאָר, איך האָב געהײסן צײלן דאָס פֿאָלק, און איך בין דער װאָס האָב געזינדיקט, און האָב זײער שלעכטס געטאָן, אָבער די דאָזיקע שאָף, װאָס האָבן זײ געטאָן? יהוה מײַן גאָט, זאָל, איך בעט דיך, דײַן האַנט זײַן אױף מיר און אױף מײַן פֿאָטערס הױז, אָבער ניט אױף דײַן פֿאָלק מיט אַ מגפֿה.
18
האָט דער מלאך פֿון גאָט געהײסן גָדן זאָגן דודן, אַז דוד זאָל אַרױפֿגײן אױפֿשטעלן אַ מזבח צו גאָט אין דעם שײַער פֿון אָרנָן דעם יבֿוסי.
19
איז דוד אַרױפֿגעגאַנגען לױט דעם װאָרט פֿון גָדן װאָס ער האָט גערעדט אין נאָמען פֿון גאָט.
20
און אַרנָן האָט זיך אומגעקערט און האָט דערזען דעם מלאך; און זײַנע פֿיר זין װאָס מיט אים האָבן זיך באַהאַלטן. און אַרנָן האָט געדראָשן װײץ.
21
און װי דוד איז געקומען צו אָרנָנען, האָט אַרנָן אַ קוק געטאָן, און האָט דערזען דודן, און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון שײַער, און האָט זיך געבוקט צו דודן מיטן פּנים צו דער ערד.
22
האָט דוד געזאָגט צו אָרנָנען: גיב מיר דעם אָרט פֿון דעם שײַער, און איך װעל בױען דערױף אַ מזבח צו גאָט; אין פֿולן געלט גיב עס מיר; כּדי די מגפֿה זאָל פֿאַרהאַלטן װערן פֿון פֿאָלק.
23
האָט אַרנָן געזאָגט צו דודן: נעם דיר, און זאָל מײַן האַר דער מלך טאָן װאָס איז גוט אין זײַנע אױגן. זע, איך גיב די רינדער פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און די דרעששליטנס פֿאַר האָלץ, און די װײץ פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; אַלץ גיב איך אַװעק.
24
האָט דער מלך דוד געזאָגט צו אָרנָנען: נײן, נײַערט קױפֿן װעל איך קױפֿן, פֿאַר פֿולן געלט, װאָרום איך װעל ניט נעמען װאָס איז דײַנס פֿאַר גאָט, און אױפֿברענגנען אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אומזיסט.
25
און דוד האָט געגעבן אָרנָענן פֿאַר דעם אָרט זעקס הונדערט שֶקל גאָלד אױפֿן װאָג.
26
און דוד האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו גאָט, און האָט דאָרטן אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער און פֿרידאָפּפֿער, און ער האָט גערופֿן צו גאָט, און ער האָט אים געענטפֿערט מיט פֿײַער פֿון הימל אױף דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער.
27
און גאָט האָט געהײסן דעם מלאך, און ער האָט אומגעקערט די שװערד אין איר שײד.
28
אין יענער צײַט, װי דוד האָט געזען אַז גאָט האָט אים געענטפֿערט אין דעם שײַער פֿון אָרנָן דעם יבֿוסי, אַזױ האָט ער דאָרטן געשלאַכט קרבנות.
29
און דער מִשכּן פֿון גאָט װאָס משה האָט געמאַכט אין דער מדבר, און דער מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, איז אין יענער צײַט געװען אױף דער בָמה אין גִבֿעוֹן.
30
אָבער דוד האָט ניט געקענט גײן צו אים צו פֿרעגן בײַ גאָט, װאָרום ער איז געװען דערשראָקן פֿאַר דער שװערד פֿון גאָטס מלאך.