Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און עס איז געװען אין דער צײַט פֿון דעם אומקער פֿון יאָר, אין דער צײַט װאָס די מלכים גײען אַרױס אױף מלחמה, האָט יוֹאָבֿ אַרױסגעפֿירט דעם קריג-חיל, און האָט פֿאַרװיסט דאָס לאַנד פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן; און ער איז געקומען און האָט געלעגערט אױף רַבה – און דוד איז געזעסן אין ירושָלַיִם – און יוֹאָבֿ האָט געשלאָגן רַבה, און האָט זי צעשטערט. 2 און דוד האָט אַראָפּגענומען מַלכָּמס קרױן פֿון זײַן קאָפּ; און ער האָט זי געפֿונען אַ צענטנער גאָלד אױפֿן װאָג, מיט טײַער געשטײן אין איר. און זי איז אָנגעטאָן געװאָרן אױף דודס קאָפּ. און רױב פֿון דער שטאָט האָט ער אַרױסגעפֿירט זײער פֿיל. 3 און דאָס פֿאָלק װאָס אין איר האָט ער אַרױסגעפֿירט, און האָט זײ געשניטן מיט זעגן און מיט אײַזערנע דרעששליטנס, און מיט העק. און אַזױ פֿלעגט דוד טאָן צו אַלע שטעט פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן. און דוד און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושָלַיִם.
4 און עס איז געװען נאָך דעם, האָט זיך אױפֿגעהױבן אַ מלחמה אין גֶזֶר מיט די פּלִשתּים. דענצמאָל האָט סִבכַי פֿון חושָה דערשלאָגן סִפּין פֿון די קינדער פֿון די רפֿאים, און זײ זײַנען געװאָרן אונטערטעניק. 5 און עס איז װידער געװען אַ מלחמה מיט די פּלִשתּים, און אֶלחנָן דער זון פֿון יָעִירן האָט דערשלאָגן לַחמי דעם ברודער פֿון גָליַתן פֿון גַת, װאָס דער האָלץ פֿון זײַן שפּיז איז געװען אַזױ װי דער שטאַנג פֿון װעבער. 6 און עס איז װידער געװען אַ מלחמה אין גַת. איז דאָרטן געװען אַ מאַן פֿון אַ גרױסן װוּקס, װאָס זײַנע פֿינגער זײַנען געװען צו זעקס און זעקס – פֿיר און צװאַנציק; און ער אױך איז געװען געבאָרן פֿון דעם רָפֿאָ. 7 און ער האָט געלעסטערט ישׂראל; האָט אים יהוֹנָתָן דער זון פֿון שָמעָא, דודס ברודער, דערשלאָגן. 8 די דאָזיקע זײַנען געװען געבאָרן פֿון דעם רָפֿאָ אין גַת; און זײ זײַנען געפֿאַלן דורך דער האַנט פֿון דודן, און דורך דער האַנט פֿון זײַנע קנעכט.
עברית
1 וַיְהִ֡י לְעֵת֩ תְּשׁוּבַ֨ת הַשָּׁנָ֜ה לְעֵ֣ת צֵ֣את הַמְּלָכִ֗ים וַיִּנְהַ֣ג יוֹאָב֩ אֶת־חֵ֨יל הַצָּבָ֜א וַיַּשְׁחֵ֣ת אֶת־אֶ֣רֶץ בְּנֵֽי־עַמּ֗וֹן וַיָּבֹא֙ וַיָּ֣צַר אֶת־רַבָּ֔ה וְדָוִ֖יד יֹשֵׁ֣ב בִּירֽוּשָׁלָ֑͏ִם וַיַּ֥ךְ יוֹאָ֛ב אֶת־רַבָּ֖ה וַיֶּֽהֶרְסֶֽהָ׃ 2 וַיִּקַּ֣ח דָּוִ֣יד אֶת־עֲטֶֽרֶת־מַלְכָּם֩ מֵעַ֨ל רֹאשׁ֜וֹ וַֽיִּמְצָאָ֣הּ מִשְׁקַ֣ל כִּכַּר־זָהָ֗ב וּבָהּ֙ אֶ֣בֶן יְקָרָ֔ה וַתְּהִ֖י עַל־רֹ֣אשׁ דָּוִ֑יד וּשְׁלַ֥ל הָעִ֛יר הוֹצִ֖יא הַרְבֵּ֥ה מְאֹֽד׃ 3 וְאֶת־הָעָ֨ם אֲשֶׁר־בָּ֜הּ הוֹצִ֗יא וַיָּ֨שַׂר בַּמְּגֵרָ֜ה וּבַחֲרִיצֵ֤י הַבַּרְזֶל֙ וּבַמְּגֵר֔וֹת וְכֵן֙ יַעֲשֶׂ֣ה דָוִ֔יד לְכֹ֖ל עָרֵ֣י בְנֵי־עַמּ֑וֹן וַיָּ֧שָׁב דָּוִ֛יד וְכָל־הָעָ֖ם יְרוּשָׁלָֽ͏ִם׃   פ
4 וַיְהִי֙ אַחֲרֵיכֵ֔ן וַתַּעֲמֹ֧ד מִלְחָמָ֛ה בְּגֶ֖זֶר עִם־פְּלִשְׁתִּ֑ים אָ֣ז הִכָּ֞ה סִבְּכַ֣י הַחֻֽשָׁתִ֗י אֶת־סִפַּ֛י מִילִדֵ֥י הָרְפָאִ֖ים וַיִּכָּנֵֽעוּ׃ 5 וַתְּהִי־ע֥וֹד מִלְחָמָ֖ה אֶת־פְּלִשְׁתִּ֑ים וַיַּ֞ךְ אֶלְחָנָ֣ן בֶּן־יעור אֶת־לַחְמִי֙ אֲחִי֙ גָּלְיָ֣ת הַגִּתִּ֔י וְעֵ֣ץ חֲנִית֔וֹ כִּמְנ֖וֹר אֹרְגִֽים׃ 6 וַתְּהִי־ע֥וֹד מִלְחָמָ֖ה בְּגַ֑ת וַיְהִ֣י אִ֣ישׁ מִדָּ֗ה וְאֶצְבְּעֹתָ֤יו שֵׁשׁ־וָשֵׁשׁ֙ עֶשְׂרִ֣ים וְאַרְבַּ֔ע וְגַם־ה֖וּא נוֹלַ֥ד לְהָרָפָֽא׃ 7 וַיְחָרֵ֖ף אֶת־יִשְׂרָאֵ֑ל וַיַּכֵּ֙הוּ֙ יְה֣וֹנָתָ֔ן בֶּן־שִׁמְעָ֖א אֲחִ֥י דָוִֽיד׃ 8 אֵ֛ל נוּלְּד֥וּ לְהָרָפָ֖א בְּגַ֑ת וַיִּפְּל֥וּ בְיַד־דָּוִ֖יד וּבְיַד־עֲבָדָֽיו׃   פ