Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און עס איז געװען נאָך דעם, איז געשטאָרבן נָחש דער מלך פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און זײַן זון איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. 2 האָט דוד געזאָגט: לאָמיך טאָן אַ פֿרײַנטלעכקײט מיט חנון דעם זון פֿון נָחשן, װאָרום זײַן פֿאָטער האָט געטאָן אַ פֿרײַנטלעכקײט מיט מיר. און דוד האָט געשיקט שלוחים אים צו טרײסטן נאָך זײַן פֿאָטער, און דודס קנעכט זײַנען געקומען אין לאַנד פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן צו חנונען, אים צו טרײסטן. 3 האָבן די האַרן פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן געזאָגט צו חנונען: מײנסטו אַז דוד װיל טאָן כּבֿוד דײַן פֿאָטער, װאָס ער האָט געשיקט צו דיר טרײסטער? דאָך נאָר אױסצופֿאָרשן און דורכצונישטערן און אױסצוקוקן דאָס לאַנד זײַנען זײַנע קנעכט געקומען צו דיר.
4 האָט חנון גענומען דודס קנעכט, און האָט זײ אָפּגעגאָלט, און אָפּגעשניטן זײערע קלײדער אין העלפֿט, ביזן דיך, און האָט זײ אַװעקגעשיקט. 5 איז מען געקומען און מע האָט אָנגעזאָגט דודן װעגן די מענטשן, און ער האָט זײ געשיקט אַנטקעגן, װאָרום די מענטשן האָבן זיך זײער געשעמט. און דער מלך האָט געלאָזט זאָגן: זיצט אין יריחוֹ ביז אײַערע בערד װעלן אָפּװאַקסן, און איר װעט זיך אומקערן. 6 האָבן די קינדער פֿון עַמוֹן געזען אַז זײ האָבן זיך פֿאַרמיאוסט בײַ דודן, און חנון און די קינדער פֿון עַמוֹן האָבן געשיקט טױזנט צענטנער זילבער, כּדי זיך אָנצודינגען פֿון אַרַם-נַהרַיִם, און פֿון אַרַם-מַעֲכָה, און פֿון צוֹבֿה, רײַטװעגן און רײַטער. 7 און זײ האָבן זיך אָנגעדונגען צװײ און דרײַסיק טױזנט רײַטװעגן, און דעם מלך פֿון מַעֲכָה, און זײַן פֿאָלק, און זײ זײַנען געקומען, און האָבן געלאַגערט פֿאַר מֵידבֿאָ. און די קינדער פֿון עַמוֹן האָבן זיך אײַנגעזאַמלט פֿון זײערע שטעט, און זײַנען געקומען אױף מלחמה.
8 און דוד האָט געהערט, און ער האָט געשיקט יוֹאָבֿן, און דעם גאַנצן חיל פֿון די גיבוֹרים. 9 און די קינדער פֿון עַמוֹן זײַנען אַרױסגעגאַנגען, און האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה בײַם אײַנגאַנג פֿון שטאָט; און די מלכים װאָס זײַנען געקומען, זײַנען געװען באַזונדער אין פֿעלד. 10 און יוֹאָבֿ האָט געזען אַז דער פֿראָנט פֿון דער מלחמה איז קעגן אים פֿון פֿאָרנט און פֿון הינטן; האָט ער אױסגעקליבן פֿון אַלע געקליבענע פֿון ישׂראל, און אױסגעשטעלט אַקעגן אַרָם. 11 און דאָס איבעריקע פֿאָלק האָט ער געגעבן אױף דער האַנט פֿון זײַן ברודער אַבֿשַין, און זײ האָבן זיך אױסגעשטעלט אַקעגן די קינדער פֿון עַמוֹן. 12 און ער האָט געזאָגט: אױב אַרָם װעט זײַן שטאַרקער פֿון מיר, װעסטו מיר זײַן צו הילף, און אױב די קינדער פֿון עַמוֹן װעלן זײַן שטאַרקער פֿון דיר, װעל איך דיך העלפֿן. 13 זײַ שטאַרק, און לאָמיר זיך שטאַרקן, פֿאַר אונדזער פֿאָלק און פֿאַר די שטעט פֿון אונדזער גאָט; און זאָל יהוה טאָן װאָס איז גוט אין זײַנע אױגן. 14 און יוֹאָבֿ און דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים האָבן גענענט אַנטקעגן אַרָם אױף מלחמה, און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן פֿאַר אים. 15 און װי די קינדער פֿון עַמוֹן האָבן געזען אַז אַרָם איז אַנטלאָפֿן, אַזױ זײַנען זײ אױך אַנטלאָפֿן פֿאַר זײַן ברודער אַבֿשַין, און זײַנען אַרײַן אין שטאָט. און יוֹאָבֿ איז אַװעק קײן ירושָלַיִם.
16 און אַרָם האָט געזען אַז זײ זײַנען געשלאָגן פֿאַר ישׂראל, און זײ האָבן געשיקט שלוחים, און האָבן אַרױסגעבראַכט אַרָם װאָס פֿון יענער זײַט טײַך, מיט שוֹפֿך דעם חיל-פֿירער פֿון הַדַדעֶזֶרן זײ פֿאַרױס. 17 איז אָנגעזאָגט געװאָרן דודן, און ער האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ ישׂראל, און איז אַריבער דעם יַרדן; און ער איז געקומען צו זײ, און האָט זיך אױסגעשטעלט אַקעגן זײ; און דוד האָט אָנגעריכט אַקעגן אַרָם אַ מלחמה, און זײ האָבן מלחמה געהאַלטן מיט אים. 18 און אַרָם איז אַנטלאָפֿן פֿאַר ישׂראל, און דוד האָט געהרגעט פֿון אַרָם זיבן טױזנט אױף רײַטװעגן, און פֿערציק טױזנט מאַן פֿוסגײער; אױך שוֹפֿך דעם חיל-פֿירער האָט ער געטײט. 19 און די קנעכט פֿון הַדַדעֶזֶרן האָבן געזען אַז זײ זײַנען געשלאָגן פֿאַר ישׂראל, און זײ האָבן געמאַכט שלום מיט דודן, און האָבן אים געדינט. און אַרָם האָט מער ניט געװאָלט העלפֿן די קינדער פֿון עַמוֹן.
עברית
1 וַיְהִי֙ אַחֲרֵי־כֵ֔ן וַיָּ֕מָת נָחָ֖שׁ מֶ֣לֶךְ בְּנֵי־עַמּ֑וֹן וַיִּמְלֹ֥ךְ בְּנ֖וֹ תַּחְתָּֽיו׃ 2 וַיֹּ֨אמֶר דָּוִ֜יד אֶֽעֱשֶׂה־חֶ֣סֶד עִם־חָנ֣וּן בֶּן־נָחָ֗שׁ כִּֽי־עָשָׂ֨ה אָבִ֤יו עִמִּי֙ חֶ֔סֶד וַיִּשְׁלַ֥ח דָּוִ֛יד מַלְאָכִ֖ים לְנַחֲמ֣וֹ עַל־אָבִ֑יו וַיָּבֹאוּ֩ עַבְדֵ֨י דָוִ֜יד אֶל־אֶ֧רֶץ בְּנֵי־עַמּ֛וֹן אֶל־חָנ֖וּן לְנַחֲמֽוֹ׃ 3 וַיֹּאמְרוּ֩ שָׂרֵ֨י בְנֵי־עַמּ֜וֹן לְחָנ֗וּן הַֽמְכַבֵּ֨ד דָּוִ֤יד אֶת־אָבִ֙יךָ֙ בְּעֵינֶ֔יךָ כִּֽי־שָׁלַ֥ח לְךָ֖ מְנַחֲמִ֑ים הֲלֹ֡א בַּ֠עֲבוּר לַחְקֹ֨ר וְלַהֲפֹ֤ךְ וּלְרַגֵּל֙ הָאָ֔רֶץ בָּ֥אוּ עֲבָדָ֖יו אֵלֶֽיךָ׃   פ
4 וַיִּקַּ֨ח חָנ֜וּן אֶת־עַבְדֵ֤י דָוִיד֙ וַֽיְגַלְּחֵ֔ם וַיִּכְרֹ֧ת אֶת־מַדְוֵיהֶ֛ם בַּחֵ֖צִי עַד־הַמִּפְשָׂעָ֑ה וַֽיְשַׁלְּחֵֽם׃ 5 וַיֵּלְכוּ֩ וַיַּגִּ֨ידוּ לְדָוִ֤יד עַל־הָֽאֲנָשִׁים֙ וַיִּשְׁלַ֣ח לִקְרָאתָ֔ם כִּי־הָי֥וּ הָאֲנָשִׁ֖ים נִכְלָמִ֣ים מְאֹ֑ד וַיֹּ֤אמֶר הַמֶּ֙לֶךְ֙ שְׁב֣וּ בִֽירֵח֔וֹ עַ֛ד אֲשֶׁר־יְצַמַּ֥ח זְקַנְכֶ֖ם וְשַׁבְתֶּֽם׃ 6 וַיִּרְאוּ֙ בְּנֵ֣י עַמּ֔וֹן כִּ֥י הִֽתְבָּאֲשׁ֖וּ עִם־דָּוִ֑יד וַיִּשְׁלַ֣ח חָ֠נוּן וּבְנֵ֨י עַמּ֜וֹן אֶ֣לֶף כִּכַּר־כֶּ֗סֶף לִשְׂכֹּ֣ר לָ֠הֶם מִן־אֲרַ֨ם נַהֲרַ֜יִם וּמִן־אֲרַ֤ם מַעֲכָה֙ וּמִצּוֹבָ֔ה רֶ֖כֶב וּפָרָשִֽׁים׃ 7 וַיִּשְׂכְּר֣וּ לָהֶ֡ם שְׁנַיִם֩ וּשְׁלֹשִׁ֨ים אֶ֜לֶף רֶ֗כֶב וְאֶת־מֶ֤לֶךְ מַעֲכָה֙ וְאֶת־עַמּ֔וֹ וַיָּבֹ֕אוּ וַֽיַּחֲנ֖וּ לִפְנֵ֣י מֵידְבָ֑א וּבְנֵ֣י עַמּ֗וֹן נֶאֶסְפוּ֙ מֵעָ֣רֵיהֶ֔ם וַיָּבֹ֖אוּ לַמִּלְחָמָֽה׃   פ
8 וַיִּשְׁמַ֖ע דָּוִ֑יד וַיִּשְׁלַח֙ אֶת־יוֹאָ֔ב וְאֵ֥ת כָּל־צָבָ֖א הַגִּבּוֹרִֽים׃ 9 וַיֵּצְאוּ֙ בְּנֵ֣י עַמּ֔וֹן וַיַּֽעַרְכ֥וּ מִלְחָמָ֖ה פֶּ֣תַח הָעִ֑יר וְהַמְּלָכִ֣ים אֲשֶׁר־בָּ֔אוּ לְבַדָּ֖ם בַּשָּׂדֶֽה׃ 10 וַיַּ֣רְא יוֹאָ֗ב כִּֽי־הָיְתָ֧ה פְנֵי־הַמִּלְחָמָ֛ה אֵלָ֖יו פָּנִ֣ים וְאָח֑וֹר וַיִּבְחַ֗ר מִכָּל־בָּחוּר֙ בְּיִשְׂרָאֵ֔ל וַֽיַּעֲרֹ֖ךְ לִקְרַ֥את אֲרָֽם׃ 11 וְאֵת֙ יֶ֣תֶר הָעָ֔ם נָתַ֕ן בְּיַ֖ד אַבְשַׁ֣י אָחִ֑יו וַיַּ֣עַרְכ֔וּ לִקְרַ֖את בְּנֵ֥י עַמּֽוֹן׃ 12 וַיֹּ֗אמֶר אִם־תֶּחֱזַ֤ק מִמֶּ֙נִּי֙ אֲרָ֔ם וְהָיִ֥יתָ לִּ֖י לִתְשׁוּעָ֑ה   ס וְאִם־בְּנֵ֥י עַמּ֛וֹן יֶֽחֶזְק֥וּ מִמְּךָ֖ וְהוֹשַׁעְתִּֽיךָ׃ 13 חֲזַ֤ק וְנִֽתְחַזְּקָה֙ בְּעַד־עַמֵּ֔נוּ וּבְעַ֖ד עָרֵ֣י אֱלֹהֵ֑ינוּ וַֽיהוָ֔ה הַטּ֥וֹב בְּעֵינָ֖יו יַעֲשֶֽׂה׃ 14 וַיִּגַּ֨שׁ יוֹאָ֜ב וְהָעָ֧ם אֲשֶׁר־עִמּ֛וֹ לִפְנֵ֥י אֲרָ֖ם לַמִּלְחָמָ֑ה וַיָּנ֖וּסוּ מִפָּנָֽיו׃ 15 וּבְנֵ֨י עַמּ֤וֹן רָאוּ֙ כִּי־נָ֣ס אֲרָ֔ם וַיָּנ֣וּסוּ גַם־הֵ֗ם מִפְּנֵי֙ אַבְשַׁ֣י אָחִ֔יו וַיָּבֹ֖אוּ הָעִ֑ירָה וַיָּבֹ֥א יוֹאָ֖ב יְרוּשָׁלָֽ͏ִם׃   פ
16 וַיַּ֣רְא אֲרָ֗ם כִּ֣י נִגְּפוּ֮ לִפְנֵ֣י יִשְׂרָאֵל֒ וַֽיִּשְׁלְחוּ֙ מַלְאָכִ֔ים וַיּוֹצִ֣יאוּ אֶת־אֲרָ֔ם אֲשֶׁ֖ר מֵעֵ֣בֶר הַנָּהָ֑ר וְשׁוֹפַ֛ךְ שַׂר־צְבָ֥א הֲדַדְעֶ֖זֶר לִפְנֵיהֶֽם׃ 17 וַיֻּגַּ֣ד לְדָוִ֗יד וַיֶּאֱסֹ֤ף אֶת־כָּל־יִשְׂרָאֵל֙ וַיַּעֲבֹ֣ר הַיַּרְדֵּ֔ן וַיָּבֹ֣א אֲלֵהֶ֔ם וַֽיַּעֲרֹ֖ךְ אֲלֵהֶ֑ם וַיַּעֲרֹ֨ךְ דָּוִ֜יד לִקְרַ֤את אֲרָם֙ מִלְחָמָ֔ה וַיִּֽלָּחֲמ֖וּ עִמּֽוֹ׃ 18 וַיָּ֣נָס אֲרָם֮ מִלִּפְנֵ֣י יִשְׂרָאֵל֒ וַיַּהֲרֹ֨ג דָּוִ֜יד מֵאֲרָ֗ם שִׁבְעַ֤ת אֲלָפִים֙ רֶ֔כֶב וְאַרְבָּעִ֥ים אֶ֖לֶף אִ֣ישׁ רַגְלִ֑י וְאֵ֛ת שׁוֹפַ֥ךְ שַֽׂר־הַצָּבָ֖א הֵמִֽית׃ 19 וַיִּרְא֞וּ עַבְדֵ֣י הֲדַדְעֶ֗זֶר כִּ֤י נִגְּפוּ֙ לִפְנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֔ל וַיַּשְׁלִ֥ימוּ עִם־דָּוִ֖יד וַיַּֽעַבְדֻ֑הוּ וְלֹא־אָבָ֣ה אֲרָ֔ם לְהוֹשִׁ֥יעַ אֶת־בְּנֵי־עַמּ֖וֹן עֽוֹד׃   פ