אידיש
1
און זײ האָבן געבראַכט דעם אָרון פֿון גאָט, און האָבן אים אַרײַנגעשטעלט אין דעם געצעלט װאָס דוד האָט פֿאַר אים אױפֿגעשטעלט, און זײ האָבן מקריבֿ געװען בראַנדאָפּפֿער און פֿרידאָפּפֿער פֿאַר גאָט.
2
און אַז דוד האָט געענדיקט אױפֿברענגען די בראַנדאָפּפֿער און די פֿרידאָפּפֿער, האָט ער געבענטשט דאָס פֿאָלק אין נאָמען פֿון גאָט.
3
און ער האָט אױסגעטײלט צו יעטװעדער אײנעם פֿון ישׂראל פֿון אַ מאַן ביז אַ פֿרױ, איטלעכן אַ לאַבן ברױט, און אַ חלק פֿלײש, און אַ ראָזינקעקוכן.
4
און ער האָט געשטעלט פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָט, פֿון די לוִיִים פֿאַר באַדינער, און אױף צו דערמאָנען און דאַנקען און לױבן יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל:
5
אָסָף דעם הױפּט, און דעם צװײטן צו אים, זכַריָהן, יעִיאֵלן, און שמירָמוֹתן, און יחיאֵלן, און מַתִּתיָהן, און אֶליאָבֿן, און בנָיָהון, און עוֹבֿד-אֶדוֹמען, און יעִיאֵלן, מיט גיטאַרן און מיט האַרפֿן; און אָסָף האָט געשפּילט אױף אַ צימבל;
6
און בנָיָהו און יַחזיאֵל די כּהנים, מיט טרומײטן תּמיד פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָטס בונד.
7
דענצמאָל אין יענעם טאָג האָט דוד צוערשט געלאָזט געבן אַ דאַנק צו גאָט, דורך אָסָפֿן און זײַנע ברידער.
8
גיט אַ דאַנק צו גאָט, רופֿט זײַן נאָמען, לאָזט װיסן צװישן די פֿעלקער זײַנע טוּונגען.
9
זינגט צו אים, שפּילט צו אים, רעדט פֿון אַלע זײַנע װוּנדער.
10
רימט זיך מיט זײַן הײליקן נאָמען; זאָל זיך פֿרײען דאָס האַרץ פֿון די װאָס זוכן גאָט.
11
פֿאָרשט גאָט און זײַן שטאַרקײט, זוכט זײַן פּנים תּמיד.
12
דערמאָנט זײַנע װוּנדער װאָס ער האָט געטאָן, זײַנע צײכנס, און די משפּטים פֿון זײַן מױל,
13
איר זאָמען פֿון ישׂראל זײַן קנעכט, איר קינדער פֿון יעקבֿ, זײַנע אױסדערװײלטע.
14
ער איז גאָט אונדזער האַר, איבער דער גאַנצער ערד זײַנען זײַנע משפּטים.
15
געדענקט אײביק זײַן בונד, דאָס װאָרט װאָס ער האָט באַפֿױלן אױף טױזנט דוֹרות.
16
װאָס ער האָט געשלאָסן מיט אַבֿרהמען, און זײַן שבֿועה צו יצחקן.
17
און ער האָט עס אױפֿגעשטעלט פֿאַר אַ חָק צו יעקבֿ, פֿאַר אַן אײביקן בונד צו ישׂראל,
18
אַזױ צו זאָגן: דיר װעל איך געבן דאָס לאַנד כּנַעַן, דעם טײל פֿון אײַער נחלה.
19
אַז איר זײַט געװען געצײלטע מענטשן, װינציק און פֿרעמדע דערין;
20
און זײ זײַנען אומגעגאַנגען פֿון פֿאָלק צו פֿאָלק, און פֿון אײן קיניגרײַך צו אַן אַנדער אומה,
21
האָט ער ניט געלאָזן אַ מענטשן זײ דריקן, און האָט געשטראָפֿט מלכים װעגן זײ:
22
איר זאָלט ניט אָנרירן מײַנע געזאַלבטע, און מײַנע נבֿיאים ניט בײז טאָן.
23
זינגט צו גאָט, די גאַנצע ערד, זאָגט אָן פֿון טאָג צו טאָג זײַן ישועה.
24
דערצײלט צװישן די פֿעלקער זײַן כּבֿוד, צװישן אַלע אומות זײַנע װוּנדער.
25
װאָרום גרױס איז יהוה און זײער גערימט, און ער איז פֿאָרכטיק איבער אַלע געטער.
26
װאָרום די געטער פֿון אַלע פֿעלקער זײַנען נישטיק, און יהוה האָט די הימלען געמאַכט.
27
גלאַנץ און שײנקײט זײַנען פֿאַר זײַן פּנים, שטאַרקײט און פֿרײד זײַנען אין זײַן אָרט.
28
גיט צו גאָט, איר משפּחות פֿון די פֿעלקער, גיט צו גאָט כּבֿוד און שטאַרקײט.
29
גיט צו גאָט דעם כּבֿוד פֿון זײַן נאָמען, ברענגט אַ געשאַנק, און קומט פֿאַר אים, בוקט זיך צו גאָט מיט הײליקן אָפּשײַ.
30
ציטערט פֿאַר אים, די גאַנצע ערד; אױך איז באַפֿעסטיקט די װעלט, זי זאָל זיך ניט װאַקלען,
31
זאָלן זיך פֿרײען די הימלען, און לוסטיק זײַן די ערד, און זאָל מען זאָגן צװישן די פֿעלקער: גאָט טוט קיניגן.
32
זאָל דונערן דער ים מיט זײַן פֿולקײט, זאָל פֿרײלעך זײַן דאָס פֿעלד און אַלץ װאָס דערין.
33
דענצמאָל זאָלן זינגען די בײמער פֿון װאַלד פֿאַר גאָט, װאָרום ער קומט משפּטן די ערד.
34
גיט אַ דאַנק צו גאָט, װאָרום ער איז גוט, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חסד.
35
און זאָגט: העלף אונדז, גאָט פֿון אונדזער הילף, און זאַמל אונדז אײַן, און זײַ אונדז מציל פֿון די פֿעלקער, צו לױבן דײַן הײליקן נאָמען, זיך צו רימען מיט דײַן לױב.
36
געלױבט איז יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל פֿון אייביקײט און ביז אײביקײט. און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געזאָגט: אָמן! און האָט געלױבט גאָט.
37
און ער האָט דאָרטן געלאָזן פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָטס בונד אָסָפֿן און זײַנע ברידער צו באַדינען פֿאַרן אָרון תּמיד װי עס איז נײטיק טאָגטעגלעך.
38
און עוֹבֿד-אֶדוֹמען, און זײערע ברידער, אַכט און זעכציק, און עוֹבֿד-אֶדוֹם דעם זון פֿון ידיתונען, און חוֹסָהן, פֿאַר טױערלײַט.
39
און צָדוֹק דעם כּהן, און זײַנע ברידער די כּהנים, פֿאַר דעם מִשכּן פֿון גאָט אױף דער בָמה װאָס אין גִבֿעוֹן,
40
אױפֿצוברענגען בראַנדאָפּפֿער צו גאָט אױף דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער תּמיד, אין דער פֿרי און אין אָװנט, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דער תּוֹרה פֿון גאָט װאָס ער האָט באַפֿױלן ישׂראל.
41
און מיט זײ זײַנען געװען הֵימָן, און ידותון, און די איבעריקע אױסגעקליבענע װאָס זײַנען געװען אָנגערופֿן מיט נעמען, אױף צו ״לױבן גאָט, װײַל אױף אײביק איז זײַן חסד״.
42
און מיט זײ, מיט הֵימָנען און ידותונען, זײַנען געװען טרומײטן און צימבלען צום שפּילן, און כּלֵי-זֶמֶר פֿאַר דעם געזאַנג פֿון גאָט; און די זין פֿון ידותונען זײַנען געװען בײַם טױער.
43
און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַװעק איטלעכער צו זײַן הױז, און דוד האָט זיך אומגעקערט צו בענטשן זײַן הױזגעזינט.