Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און חורָם דער מלך פֿון צוֹר האָט געשיקט שלוחים צו דודן מיט צעדערהאָלץ און מױערמײַנסטערס און האָלצמײַנסטערס, אים צו בױען אַ הױז. 2 און דוד האָט געװוּסט אַז גאָט האָט אים באַפֿעסטיקט פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל, װאָרום זײַן מלוכה איז געװען הױך דערהױבן, פֿון װעגן זײַן פֿאָלק ישׂראל.
3 און דוד האָט גענומען נאָך װײַבער אין ירושָלַיִם, און דוד האָט געבאָרן נאָך זין און טעכטער. 4 און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די קינדער װאָס ער האָט געהאַט אין ירושָלַיִם: שַמועַ, און שוֹבֿבֿ, נָתָן, און שלמה; 5 און יבֿחר, און אֶלישועַ, און אֶלפּלֶט; 6 און נוֹגַה, און נֶפֶֿג, און יָפֿיעַ; 7 און אֶלישָמָע, און בעֶליָדָע, און אֶליפֶֿלֶט. 8 און די פּלִשתּים האָבן געהערט אַז דוד איז געזאַלבט געװאָרן פֿאַר אַ מלך איבער גאַנץ ישׂראל, און אַלע פּלִשתּים זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען צו זוכן דודן. האָט דוד געהערט, און ער איז אַרױס זײ אַנטקעגן. 9 און די פּלישתּים זײַנען געקומען, און האָבן זיך פֿאַרשפּרײט אין טאָל רפֿאים. 10 האָט דוד געפֿרעגט בײַ גאָט, אַזױ צו זאָגן: זאָל איך אַרױפֿגײן אױף די פּלִשתּים? און װעסטו זײ געבן אין מײַן האַנט? האָט גאָט צו אים געזאָגט: גײ אַרױף, און איך װעל זײ געבן אין דײַן האַנט. 11 און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן בעַל-פּרָצים, און דוד האָט זײ דאָרטן געשלאָגן; און דוד האָט געזאָגט: גאָט האָט דורכגעבראָכן מײַנע פֿײַנט מיט מײַן האַנט, אַזױ װי אַ דורכבראָך פֿון װאַסער. דרום האָט מען גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט בעַל-פּרָצים. 12 און זײ האָבן דאָרטן איבערגעלאָזט זײערע אָפּגעטער; האָט דוד געהײסן, און זײ זײַנען פֿאַרברענט געװאָרן אין פֿײַער.
13 און די פּלִשתּים האָבן זיך װידער אַ מאָל פֿאַרשפּרײט אין טאָל. 14 האָט דוד װידער געפֿרעגט בײַ גאָט, און גאָט האָט צו אים געזאָגט: זאָלסט ניט אַרױפֿגײן נאָך זײ; דרײ זיך אַװעק פֿון זײ, און זאָלסט קומען אױף זײ פֿון אַקעגן די מױלבערבױמער. 15 און עס װעט זײַן, װי דו װעסט הערן אַ גערױש פֿון טריט אין די שפּיצן פֿון די מױלבערבױמער, דענצמאָל זאָלסטו אַרױסגײן אין מלחמה, װאָרום דאָס איז גאָט אַרױסגעגאַנגען דיר פֿאַרױס צו שלאָגן דעם חיל פֿון די פּלִשתּים. 16 און דוד האָט געטאָן אַזױ װי גאָט האָט אים באַפֿױלן, און זײ האָבן געשלאָגן דעם חיל פֿון די פּלִשתּים פֿון גִבֿעוֹן און ביז גָזרָה. 17 און דודס שם איז אַרױס אין אַלע לענדער, און גאָט האָט געגעבן זײַן מוֹרא אױף אַלע פֿעלקער.
עברית
1 וַ֠יִּשְׁלַח חירם מֶֽלֶךְ־צֹ֥ר מַלְאָכִים֮ אֶל־דָּוִיד֒ וַעֲצֵ֣י אֲרָזִ֔ים וְחָרָשֵׁ֣י קִ֔יר וְחָרָשֵׁ֖י עֵצִ֑ים לִבְנ֥וֹת ל֖וֹ בָּֽיִת׃ 2 וַיֵּ֣דַע דָּוִ֔יד כִּֽי־הֱכִינ֧וֹ יְהוָ֛ה לְמֶ֖לֶךְ עַל־יִשְׂרָאֵ֑ל כִּֽי־נִשֵּׂ֤את לְמַ֙עְלָה֙ מַלְכוּת֔וֹ בַּעֲב֖וּר עַמּ֥וֹ יִשְׂרָאֵֽל׃   פ
3 וַיִּקַּ֨ח דָּוִ֥יד ע֛וֹד נָשִׁ֖ים בִּירוּשָׁלָ֑͏ִם וַיּ֧וֹלֶד דָּוִ֛יד ע֖וֹד בָּנִ֥ים וּבָנֽוֹת׃ 4 וְאֵ֙לֶּה֙ שְׁמ֣וֹת הַיְלוּדִ֔ים אֲשֶׁ֥ר הָיוּ־ל֖וֹ בִּירוּשָׁלָ֑͏ִם שַׁמּ֣וּעַ וְשׁוֹבָ֔ב נָתָ֖ן וּשְׁלֹמֹֽה׃ 5 וְיִבְחָ֥ר וֶאֱלִישׁ֖וּעַ וְאֶלְפָּֽלֶט׃ 6 וְנֹ֥גַהּ וְנֶ֖פֶג וְיָפִֽיעַ׃ 7 וֶאֱלִישָׁמָ֥ע וּבְעֶלְיָדָ֖ע וֶאֱלִיפָֽלֶט׃ 8 וַיִּשְׁמְע֣וּ פְלִשְׁתִּ֗ים כִּי־נִמְשַׁ֨ח דָּוִ֤יד לְמֶ֙לֶךְ֙ עַל־כָּל־יִשְׂרָאֵ֔ל וַיַּעֲל֥וּ כָל־פְּלִשְׁתִּ֖ים לְבַקֵּ֣שׁ אֶת־דָּוִ֑יד וַיִּשְׁמַ֣ע דָּוִ֔יד וַיֵּצֵ֖א לִפְנֵיהֶֽם׃ 9 וּפְלִשְׁתִּ֖ים בָּ֑אוּ וַֽיִּפְשְׁט֖וּ בְּעֵ֥מֶק רְפָאִֽים׃ 10 וַיִּשְׁאַ֨ל דָּוִ֤יד בֵּאלֹהִים֙ לֵאמֹ֔ר הַאֶֽעֱלֶה֙ עַל־פלשתיים וּנְתַתָּ֖ם בְּיָדִ֑י וַיֹּ֨אמֶר ל֤וֹ יְהוָה֙ עֲלֵ֔ה וּנְתַתִּ֖ים בְּיָדֶֽךָ׃ 11 וַיַּעֲל֥וּ בְּבַֽעַל־פְּרָצִים֮ וַיַּכֵּ֣ם שָׁ֣ם דָּוִיד֒ וַיֹּ֣אמֶר דָּוִ֔יד פָּרַ֨ץ הָֽאֱלֹהִ֧ים אֶת־אוֹיְבַ֛י בְּיָדִ֖י כְּפֶ֣רֶץ מָ֑יִם עַל־כֵּ֗ן קָֽרְא֛וּ שֵֽׁם־הַמָּק֥וֹם הַה֖וּא בַּ֥עַל פְּרָצִֽים׃ 12 וַיַּעַזְבוּ־שָׁ֖ם אֶת־אֱלֹֽהֵיהֶ֑ם וַיֹּ֣אמֶר דָּוִ֔יד וַיִּשָּׂרְפ֖וּ בָּאֵֽשׁ׃   פ
13 וַיֹּסִ֤יפוּ עוֹד֙ פְּלִשְׁתִּ֔ים וַֽיִּפְשְׁט֖וּ בָּעֵֽמֶק׃ 14 וַיִּשְׁאַ֨ל ע֤וֹד דָּוִיד֙ בֵּֽאלֹהִ֔ים וַיֹּ֤אמֶר לוֹ֙ הָֽאֱלֹהִ֔ים לֹ֥א תֽ͏ַעֲלֶ֖ה אֽ͏ַחֲרֵיהֶ֑ם הָסֵב֙ מֵֽעֲלֵיהֶ֔ם וּבָ֥אתָ לָהֶ֖ם מִמּ֥וּל הַבְּכָאִֽים׃ 15 וִ֠יהִי כְּֽשָׁמְעֲךָ֞ אֶת־ק֤וֹל הַצְּעָדָה֙ בְּרָאשֵׁ֣י הַבְּכָאִ֔ים אָ֖ז תֵּצֵ֣א בַמִּלְחָמָ֑ה כִּֽי־יָצָ֤א הָֽאֱלֹהִים֙ לְפָנֶ֔יךָ לְהַכּ֖וֹת אֶת־מַחֲנֵ֥ה פְלִשְׁתִּֽים׃ 16 וַיַּ֣עַשׂ דָּוִ֔יד כּֽ͏ַאֲשֶׁ֥ר צִוָּ֖הוּ הֽ͏ָאֱלֹהִ֑ים וַיַּכּוּ֙ אֶת־מַחֲנֵ֣ה פְלִשְׁתִּ֔ים מִגִּבְע֖וֹן וְעַד־גָּֽזְרָה׃ 17 וַיֵּצֵ֥א שֵׁם־דָּוִ֖יד בְּכָל־הָֽאֲרָצ֑וֹת וַֽיהוָ֛ה נָתַ֥ן אֶת־פַּחְדּ֖וֹ עַל־כָּל־הַגּוֹיִֽם׃