אידיש
1
און דוד האָט געהאַלטן אַן עצה מיט די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן און פֿון די הונדערטן, מיט איטלעכן אָנפֿירער.
2
און דוד האָט געזאָגט צו דער אײַנזאַמלונג פֿון ישׂראל: אױב אײַך איז װױלגעפֿעלן, און עס איז פֿון יהוה אונדזער גאָט, לאָמיר ברײט פֿאַנאַנדערשיקן צו אונדזערע איבעריקע ברידער אין אַלע לענדער פֿון ישׂראל, און צוגלײַך מיט זײ צו די כּהנים און צו די לוִיִים װאָס זײַנען אין זײערע שטעט מיט די פֿרײַע פּלעצער, אַז זײ זאָלן זיך אױפֿקלײַבן צו אונדז.
3
און לאָמיר אַריבערברענגען דעם אָרון פֿון אונדזער גאָט צו אונדז, װאָרום מיר האָבן אים ניט געזוכט אין די טעג פֿון שָאולן.
4
האָט די גאַנצע אײַנזאַמלונג געזאָגט, מע זאָל אַזױ טאָן, װאָרום די זאַך איז געװען גלײַך אין די אױגן פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק.
5
און דוד האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ ישׂראל פֿון [דעם טײַך] שיחוֹר פֿון מִצרַיִם און ביז מע קומט קײן חַמָת, כּדי צו ברענגען דעם אָרון פֿון גאָט פֿון קִריַת-יעָרים.
6
און דוד און גאַנץ ישׂראל זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן בעֲלָה, קײן קִריַת-יעָרים װאָס געהערט צו יהודה, כּדי אַרױפֿצוברענגען פֿון דאָרטן דעם אָרון פֿון גאָט דעם האַר װאָס זיצט איבער די כּרובֿים, װאָס זײַן נאָמען װערט גערופֿן דערױף.
7
און זײ האָבן אַרױפֿגעלײגט דעם אָרון פֿון גאָט אױף אַ נײַעם װאָגן פֿון אַבֿינָדָבֿס הױז, און עוזאָ און אַחיוֹ האָבן געפֿירט דעם װאָגן.
8
און דוד און גאַנץ ישׂראל, האָבן זיך פֿרײלעך געמאַכט פֿאַר גאָט מיטן גאַנצן כּוֹח, מיט געזאַנגען, און מיט האַרפֿן, און מיט גיטאַרן, און מיט פּױקן, און מיט צימבלען, און מיט טרומײטן.
9
און װי זײ זײַנען געקומען ביז צום שײַער פֿון כּידוֹן, האָט עוזאָ אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אָנצונעמען דעם אָרון, װאָרום די רינדער האָבן אים אַראָפּגערוקט.
10
האָט דער צאָרן פֿון גאָט געגרימט אױף עוזאָן, און ער האָט אים געשלאָגן פֿאַר װאָס ער האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט צום אָרון; און ער איז דאָרטן געשטאָרבן פֿאַר גאָט.
11
און דודן האָט געערגערט װאָס גאָט האָט געבראַכט אַ בראָך אױף עוזאָן. און מע רופֿט יענעם אָרט פּרֶץ-עוזאָ ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
12
און דוד האָט מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָט אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן: װי אַזױ זאָל איך ברענגען צו מיר דעם אָרון פֿון גאָט?
13
און דוד האָט ניט אַװעקגענומען דעם אָרון צו זיך אין דודס-שטאָט, נאָר ער האָט אים אָפּגעפֿירט צו דעם הױז פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען פֿון גַת.
14
און דער אָרון פֿון גאָט איז געבליבן בײַ דעם הױזגעזינט פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען אין זײַן הױז דרײַ חדשים. און גאָט האָט געבענטשט דאָס הױז פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען, און אַלץ װאָס ער האָט געהאַט.