אידיש
1
און דאָס זײַנען די װאָס זײַנען געקומען צו דודן קײן ציקלַג, בעת ער איז נאָך געװען פֿאַרשפּאַרט פֿון װעגן שָאול דעם זון פֿון קישן; און זײ זײַנען געװען צװישן די גיבוֹרים װאָס האָבן געהאָלפֿן אין דער מלחמה;
2
באַװאָפֿנטע מיט בױגנס, װאָס האָבן אי מיט דער רעכטער האַנט אי מיט דער לינקער געקענט װאַרפֿן שטײנער און פֿײַלן פֿון בױגן; פֿון שָאולס ברידער, פֿון בנימין.
3
דער הױפּט אַחיעֶזֶר, און יוֹאָש, די זין פֿון הַשמָעָהן פֿון גִבֿעָה; און איזיאֵל, און פֶּלֶט, די זין פֿון עַזמָוֶתן; און ברָכָה, און יֵהוא פֿון עַנָתוֹת;
4
און יִשמַעיָה פֿון גִבֿעוֹן, אַ גיבור פֿון די דרײַסיק, און איבער די דרײַסיק,
5
און יִרמיָה, און יַחזיאֵל, און יוֹחנָן, און יוֹזָבֿד פֿון גדֵרָה;
6
אֶלעוזַי, און אירימוֹת, און בעַליָה, און שמַריָהו, און שפֿטיָהו פֿון חריף;
7
אֶלקָנָה, און יִשִיָהו, און עַזַראֵל, און יוֹעֶזֶר, און יָשָבֿעָם, די קָרחים;
8
און יוֹעֵאלָה, און זבֿדיָה די זין פֿון ירוחמען פֿון גדוֹר.
9
און פֿון די גָדים האָבן זיך אָפּגעשײדט צו דודן, צו דער פֿעסטונג אין דער מדבר, העלדישע גיבוֹרים, חיללײַט פֿאַר מלחמה, װאָס האָבן געקענט האַלטן אַ פּאַנצער און אַ שפּיז, מיט פּנימער װי פּנימער פֿון לײַבן, און אַזױ װי הירשן אױף די בערג אין פֿלינקײט.
10
עֵזֶר דער הױפּט, עוֹבֿדיָה דער צװײטער, אֶליאָבֿ דער דריטער;
11
מִשמַנָה דער פֿירטער, יִרמיָה דער פֿינפֿטער;
12
עַתַּי דער זעקסטער, אֶליאֵל דער זיבעטער;
13
יוֹחנָן דער אַכטער, אֶלזָבֿד דער נײַנטער;
14
יִרמיָהו דער צענטער, מַכבנַי דער עלפֿטער.
15
די דאָזיקע פֿון די קינדער פֿון גָד זײַנען געװען הױפּטלײַט פֿון חיל; דער מינדסטער איבער הונדערט, און דער גרעסטער איבער טױזנט.
16
דאָס זײַנען די װאָס זײַנען אַריבער דעם יַרדן אין ערשטן חוֹדש װען ער איז געװען פֿול איבער אַלע זײַנע ברעגן, און האָבן פֿאַריאָגט אַלע פֿון די טאָלן צו מזרח און צו מערבֿ.
17
און פֿון די קינדער פֿון בנימין און יהודה זײַנען געקומען צו דער פֿעסטונג צו דודן.
18
און דוד איז זײ אַרױס אַנטקעגן, און ער האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט צו זײ געזאָגט: אױב איר זײַט געקומען אױף שלום צו מיר, מיך צו העלפֿן, װעט מײַן האַרץ זײַן אײנס מיט אײַך; אױב אָבער מיך צו פֿאַרנאַרן צו מײַנע פֿײַנט, אָן אַן אומרעכט אין מײַנע הענט, זאָל דער גאָט פֿון אונדזערע עלטערן צוזען און משפּטן.
19
האָט אַ גײַסט אָנגעקלײדט עַמָשַׂי דעם הױפּטמאַן פֿון די עלטסטע: פֿאַר דיר, דוד, און מיט דיר, זון פֿון יִשַין! שלום, שלום צו דיר, און שלום צו דײַנע העלפֿער; װאָרום דײַן גאָט טוט דיך העלפֿן. האָט זײ דוד צוגענומען, און האָט זײ געמאַכט פֿאַר הױפּטלײַט פֿון דער מחנה.
20
אױך פֿון מנשה זײַנען צוגעפֿאַלן צו דודן װען ער איז געקומען מיט די פּלִשתּים אַקעגן שָאולן אױף מלחמה, אָבער זײ האָבן זײ ניט געהאָלפֿן, װאָרום נאָך אַ באַראָטונג האָבן די פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים אים אַװעקגעשיקט, אַזױ צו זאָגן: מיט אונדזערע קעפּ װעט ער צופֿאַלן צו זײַן האַר שָאולן.
21
אַז ער איז געגאַנגען קײן ציקלַג זײַנען צוגעפֿאַלן צו אים פֿון מנשה: עַדנַח, און יוֹזָבֿד, און ידיעֲאֵל, און מיכָאֵל, און יוֹזָבֿד, און אֶליהוא, און צִלתַי, הױפּטלײַט פֿון טױזנטן װאָס פֿון מנשה.
22
און זײ האָבן געהאָלפֿן דודן אַקעגן דער מחנה, װאָרום זײ זײַנען אַלע געװען העלדישע גיבוֹרים, און זײ זײַנען געװאָרן עלטסטע אין חיל.
23
יאָ, פֿון טאָג צו טאָג איז מען געקומען צו דודן אים צו העלפֿן, ביז די מחנה איז געװען גרױס, אַזױ װי אַ מחנה פֿון גאָט.
24
און דאָס זײַנען די צאָלן פֿון די קעפּ פֿון די באַװאָפֿנטע פֿאַר מלחמה, װאָס זײַנען געקומען צו דודן קײן חֶבֿרון, אָפּצוקערן די מלוכה פֿון שָאולן צו אים, לױט דעם מױל פֿון גאָט:
25
די קינדער פֿון יהודה װאָס האָבן געטראָגן אַ פּאַנצער און אַ שפּיז, זעקס טױזנט און אַכט הונדערט באַװאָפֿנט פֿאַר מלחמה.
26
פֿון די קינדער פֿון שמעון, העלדישע גיבוֹרים פֿאַר מלחמה, זיבן טױזנט און הונדערט.
27
פֿון די קינדער פֿון לֵוִי, פֿיר טױזנט און זעקס הונדערט.
28
און יהוֹיָדָע דער פֿירשט פֿון אַהרן, און מיט אים דרײַ טױזנט און זיבן הונדערט.
29
און צָדוֹק, אַ יונגער העלדישער גיבור, און זײַן פֿאָטערהױז, צװײ און צװאַנציק עלטסטע.
30
און פֿון די קינדער פֿון בנימין, די ברידער פֿון שָאולן, דרײַ טױזנט, װאָרום ביז דענצמאָל האָט דאָס רָובֿ פֿון זײ אָפּגעהיט די געטרײַשאַפֿט צו שָאולס הױז.
31
און פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, צװאַנציק טױזנט און אַכט הונדערט העלדישע גיבוֹרים, מענטשן מיט נעמען אין זײערע פֿאָטערהײַזער.
32
און פֿון דעם האַלבן שבֿט מנשה, אַכצן טױזנט װאָס זײַנען געװען אָנגערופֿן מיט נעמען – צו קומען מאַכן דודן פֿאַר אַ מלך.
33
און פֿון די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר, די װאָס האָבן זיך פֿאַרשטאַנען אױף די צײַטן, צו װיסן װאָס ישׂראל דאַרף טאָן; זײערע הױפּטלײַט זײַנען געװען צװײ הונדערט, און אַלע זײערע ברידער זײַנען געװען אונטער זײער באַפֿעל.
34
פֿון זבֿולון, פֿופֿציק טױזנט װאָס קענען אַרױסגײן אין חיל, װאָס קענען אָנריכטן אַ מלחמה מיט אַלערלײ כּלֵי-מלחמה, און זיך אױסשטעלן ניט מיט אַ האַלבן האַרצן.
35
און פֿון נפֿתּלי, טױזנט עלטסטע, און מיט זײ זיבן און דרײַסיק טױזנט מיט פּאַנצערס און שפּיזן.
36
און פֿון די דָנים, אַכט און צװאַנציק טױזנט און זעקס הונדערט װאָס קענען אָנריכטן אַ מלחמה.
37
און פֿון אָשר, פֿערציק טױזנט װאָס קענען אַרױסגײן אין חיל אָנצוריכטן אַ מלחמה.
38
און פֿון יענער זײַט יַרדן, פֿון די ראובֿנים, און די גָדים, און דעם האַלבן שבֿט מנשה, מיט אַלע קריגגעצײַג פֿאַר מלחמה, הונדערט און צװאַנציק טױזנט.
39
די אַלע, מלחמה-לײַט װאָס האָבן געקענט זיך אױסשטעלן אין שלאַכטרײֵ, זײַנען געקומען מיט אַ גאַנצן האַרצן קײן חֶבֿרון, צו מאַכן דודן פֿאַר אַ מלך איבער גאַנץ ישׂראל. און אױך אַלע איבעריקע פֿון ישׂראל זײַנען געװען מיט אײן האַרץ צו מאַכן דודן פֿאַר אַ מלך.
40
און זײ זײַנען דאָרטן געװען מיט דודן דרײַ טעג, און זײ האָבן געגעסן און געטרונקען, װאָרום זײערע ברידער האָבן צוגעגרײט פֿאַר זײ.
41
און אױך האָבן די װאָס זײַנען געװען נאָנט צו זײ, ביז צו יִשׂשָׂכָר און זבֿולון און נפֿתּלי, געבראַכט ברױט אױף אײזלען, און אױף קעמלען, און אױף מױלאײזלען, און אױף רינדער, מעלשפּײַזן, געפּרעסטע פֿײַגן, און ראָזינקעס, און װײַן, און אײל, און רינדער און שאָף לרָובֿ, װאָרום עס איז געװען אַ שׂמחה אין ישׂראל.