אידיש
1
און אין פֿיר און צװאַנציקסטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חוֹדש האָבן זיך אײַנגעזאַמלט די קינדער פֿון ישׂראל מיט פֿאַסטן, און מיט זאַק און ערד אױף זיך.
2
און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זיך אָפּגעשײדט פֿון אַלע פֿרעמדגעבאָרענע, און זײ זײַנען געשטאַנען און האָבן זיך מתװדה געװען אױף זײערע זינד, און די פֿאַרברעכן פֿון זײערע עלטערן.
3
און זײ זײַנען געשטאַנען אױף זײער אָרט און האָבן געלײענט אין דעם בוך פֿון דער תּוֹרה פֿון יהוה זײער גאָט אַ פֿערטל טאָג, און אַ פֿערטל טאָג האָבן זײ זיך מתװדה געװען, און זיך געבוקט צו יהוה זײער גאָט.
4
און יֵשועַ, און בני, קַדמיאֵל, שבֿניָה, בוני, שֵרֵבֿיָה, בני, כּנָני, האָבן זיך אױפֿגעשטעלט אױף דער בימה פֿון די לוִיִים, און זײ האָבן געשריען אױף אַ הױכן קָול צו יהוה זײער גאָט.
5
און די לוִיִים, יֵשועַ, און קַדמיאֵל, בני, חַשַבֿניָה, שֵרֵבֿיָה, הוֹדִיָה, שבֿניָה, פּתַחיָה, האָבן געזאָגט: שטײט אױף, לױבט יהוה אײַער גאָט פֿון אײביק ביז אײביק; און לאָז מען לױבן דײַן פּראַכטיקן נאָמען װאָס איז דערהױבן איבער יעטװעדער לױב און רימונג.
6
דו יהוה ביסט אַלײן; דו האָסט געמאַכט די הימלען, די הימלען פֿון די הימלען, און זײער גאַנצן חיל, די ערד און אַלץ װאָס אױף איר, די ימען און אַלץ װאָס אין זײ, און דו האַלטסט זײ אַלעמען אױף, און דער חיל פֿון הימל בוקט זיך צו דיר.
7
דו ביסט יהוה דער גאָט װאָס האָסט אױסדערװײלט אַבֿרָמען, און אים אַרױסגעצױגן פֿון אור-כַּשׂדים, און געמאַכט זײַן נאָמען אַבֿרָהָם.
8
און האָסט געפֿונען זײַן האַרץ געטרײַ פֿאַר דיר, און האָסט געשלאָסן מיט אים אַ בונד צו געבן דאָס לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני, דעם חִתּי, דעם אֶמוֹרי, און דעם פּרִזי, און דעם יבֿוסי, און דעם גִרגָשי – עס צו געבן צו זײַן זאָמען; און האָסט מקיים געװען דײַנע װערטער, װאָרום אַ גערעכטער ביסטו.
9
און דו האָסט געזען די פּײַן פֿון אונדזערע עלטערן אין מִצרַיִם, און האָסט געהערט זײער געשרײ בײַם ים-סוף.
10
און האָסט געמאַכט צײכנס און װוּנדער אױף פּרעהן, און אױף אַלע זײַנע קנעכט, און אױף דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון זײַן לאַנד, װאָרום האָסט געװוּסט, אַז זײ האָבן געמוטװיליקט איבער זײ; און האָסט דיר געמאַכט אַ נאָמען אַזױ װי הײַנטיקן טאָג.
11
און דעם ים האָסטו געשפּאָלטן פֿאַר זײ, און זײ זײַנען דורכגעגאַנגען אין מיטן אים אין טריקעניש און זײערע נאָכיאָגער האָסטו אַרײַנגעװאָרפֿן אין די טיפֿענישן אַזױ װי אַ שטײן אין מאַכטיקע װאַסערן.
12
און מיט אַ זײַל פֿון װאָלקן האָסטו זײ געפֿירט בײַ טאָג, און מיט אַ זײַל פֿון פֿײַער בײַ נאַכט, כּדי זײ צו לײַכטן דעם װעג װאָס זײ זאָלן אױף אים גײן.
13
און אױפֿן באַרג סינַי האָסטו אַראָפּגענידערט, און גערעדט צו זײ פֿון הימל, און האָסט זײ געגעבן ריכטיקע געזעצן, און אמתע לערנונגען, גוטע חוקים און געבאָט.
14
און דײַן הײליקן שבת האָסטו זײ געלאָזט װיסן, און האָסט זײ באַפֿױלן געבאָט און געזעצן און אַ תּוֹרה דורך משה דײַן קנעכט.
15
און ברױט פֿון הימל האָסטו זײ געגעבן פֿאַר זײער הונגער, און װאַסער האָסטו זײ פֿון פֿעלז אַרױסגעצױגן פֿאַר זײער דאָרשט, און האָסט זײ געהײסן קומען אַרבן דאָס לאַנד װאָס דו האָסט אױפֿגעהױבן דײַן האַנט זײ צו געבן.
16
אָבער זײ אַזױ װי אונדזערע עלטערן האָבן געמוטװיליקט און האַרט געמאַכט זײער נאַקן, און זײ האָבן ניט צוגעהערט צו דײַנע געבאָט,
17
און ניט געװאָלט געהאָרכן, און זײ האָבן ניט געדאַכט אָן דײַנע װוּנדער װאָס דו האָסט מיט זײ געטאָן; נאָר זײ האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן, און געמאַכט אַ הױפּטמאַן זיך אומצוקערן צו זײער קנעכטשאַפֿט אין זײער װידערשפּעניקײט. אָבער דו ביסט אַ גאָט פֿון פֿאַרגעבונג, לײַטזעליק און דערבאַרימדיק, אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און רײַך אין גענאָד, און האָסט זײ ניט פֿאַרלאָזן.
18
אַפֿילו אַז זײ האָבן זיך געמאַכט אַ געגאָסן קאַלב, און זײ האָבן געזאָגט: ״דאָס איז דײַן גאָט װאָס האָט דיך אױפֿגעבראַכט פֿון מִצרַיִם״, און זײ האָבן באַגאַנגען גרױסע לעסטערונגען,
19
האָסטו פֿון דעסט װעגן אין דײַן גרױס דערבאַרימונג זײ ניט פֿאַרלאָזן אין דער מדבר; דער זײַל פֿון װאָלקן האָט זיך ניט אָפּגעטאָן פֿון זײ בײַ טאָג, כּדי זײ צו פֿירן אױפֿן װעג, און דער זײַל פֿון פֿײַער בײַ נאַכט, כּדי זײ צו לײַכטן דעם װעג װאָס זײ זאָלן אױף אים גײן.
20
און דײַן גוטן גײַסט האָסטו געגעבן, זײ צו קליגן, און דײַן מַן האָסטו ניט פֿאַרמיטן פֿון זײער מױל, און װאַסער האָסטו זײ געגעבן פֿאַר זײער דאָרשט.
21
און פֿערציק יאָר האָסטו זײ אױסגעהאַלטן אין דער מדבר; גאָרנישט האָט זײ געפֿעלט; זײערע קלײדער זײַנען ניט אָפּגעטראָגן געװאָרן, און זײערע פֿיס זײַנען ניט אױפֿגעלאָפֿן.
22
און האָסט זײ געגעבן קיניגרײַכן און פֿעלקער, און האָסט זײ אױסגעטײלט לױט גרענעצן; און זײ האָבן געאַרבט דאָס לאַנד פֿון סיחוֹנען – דאָס לאַנד פֿון דעם מלך פֿון חֶשבוֹן, און דאָס לאַנד פֿון עוֹג דעם מלך פֿון בשָן.
23
און זײערע קינדער האָסטו געמערט אַזױ װי די שטערן פֿון הימל, און האָסט זײ געבראַכט אין דעם לאַנד װאָס דו האָסט געהײסן זײערע עלטערן קומען אַרבן.
24
און די קינדער זײַנען געקומען, און האָבן געאַרבט דאָס לאַנד, און דו האָסט אונטערטעניק געמאַכט פֿאַר זײ די באַװױנער פֿון לאַנד, די כּנַעֲנים, און האָסט זײ געגעבן אין זײער האַנט, מיט זײערע מלכים און די פֿעלקער פֿון לאַנד, צו טאָן מיט זײ לױט זײער װילן.
25
און זײ האָבן באַצװוּנגען באַפֿעסטיקטע שטעט און פֿעטע ערד, און האָבן געאַרבט הײַזער פֿול מיט כּל-טובֿ, ברונעמער אױסגעהאַקטע, װײַנגערטענער און אײלבערטגערטנער, און בײמער צום עסן לרָובֿ; און זײ האָבן געגעסן און זײַנען זאַט און פֿעט געװאָרן, און האָבן זיך װױל געטאָן מיט דײַן גרױס גוטס.
26
און זײ האָבן װידערשפּעניקט און זיך געשטעלט אַקעגן דיר, און זײ האָבן אַװעקגעװאָרפֿן דײַן תּוֹרה הינטער זײער רוקן, און האָבן געהרגעט דײַנע נבֿיאים װאָס האָבן זײ געװאָרנט, כּדי זײ אומצוקערן צו דיר, און זײ האָבן באַגאַנגען גרױסע לעסטערונגען.
27
און דו האָסט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון זײערע דריקער, און זײ האָבן זײ געדריקט. און אין דער צײַט פֿון זײער נױט פֿלעגן זײ שרײַען צו דיר, און דו פֿון הימל פֿלעגסט זײ צוהערן, און לױט דײַן גרױס דערבאַרימונג פֿלעגסטו זײ געבן העלפֿער װאָס זאָלן זײ העלפֿן פֿון דער האַנט פֿון זײערע דריקער.
28
אָבער װי זײ איז באַרוט געװאָרן, פֿלעגן זײ װידער שלעכטס טאָן פֿאַר דיר; און דו האָסט זײ איבערגעלאָזן אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און זײ האָבן געװעלטיקט איבער זײ; און זײ האָבן װידער געשריען צו דיר, און דו פֿון הימל פֿלעגסט צוהערן און זײ מציל זײַן לױט דײַן דערבאַרימונג פֿיל מאָל.
29
און האָסט זײ געװאָרנט, כּדי זײ אומצוקערן צו דײַן תּוֹרה, אָבער זײ האָבן געמוטװיליקט, און האָבן ניט צוגעהערט צו דײַנע געבאָט, נאָר געזינדיקט אַקעגן דײַנע געזעצן, װאָס אַז אַ מענטש טוט זײ, לעבט ער דורך זײ; און זײ האָבן געקערט אַ װידערשפּעניקן רוקן, און האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן, און ניט צוגעהערט.
30
און האָסט זײ אָפּגעצױגן פֿיל יאָרן, און האָסט זײ געװאָרנט מיט דײַן גײַסט דורך דײַנע נבֿיאים, אָבער זײ האָבן ניט צוגעלײגט דאָס אױער; און דו האָסט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון די פֿעלקער פֿון די לענדער.
31
אָבער אין דײַן גרױס דערבאַרימונג האָסטו ניט געמאַכט פֿון זײ אַ פֿאַרלענדונג, און האָסט זײ ניט פֿאַרלאָזן, װאָרום אַ גאָט אַ לײַטזעליקער און אַ דערבאַרימדיקער ביסטו.
32
און אַצונד, אונדזער גאָט, דער גרױסער, שטאַרקער, און פֿאָרכטיקער גאָט, װאָס היט דעם בונד און די גענאָד, זאָל ניט װינציק זײַן פֿאַר דיר אַלדי מאַטערניש װאָס האָט געטראָפֿן אונדז, אונדזערע מלכים, אונדזערע האַרן, און אונדזערע כֹּהנים, און אונדזערע נבֿיאים, און אונדזערע עלטערן, און דײַן גאַנצן פֿאָלק, פֿון די טעג פֿון די מלכים פֿון אַשור אָן ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
33
יאָ, דו ביסט גערעכט אין אַלץ װאָס איז געקומען אױף אונדז, װאָרום דו האָסט געטאָן װאָרהאַפֿטיק, און מיר האָבן שלעכטס געטאָן.
34
און אונדזערע מלכים, אונדזערע האַרן, אונדזערע כֹּהנים, און אונדזערע עלטערן, האָבן ניט געטאָן דײַן תּוֹרה, און ניט פֿאַרנומען דײַנע געבאָט, און דײַנע אָנזאָגן װאָס דו האָסט זײ אָנגעזאָגט.
35
װאָרום אַז זײ זײַנען געװען אין זײער מלוכה, און אין דײַן גרױסן גוטס װאָס דו האָסט זײ געגעבן, און אין דעם ברײטן און פֿעטן לאַנד װאָס דו האָסט איבערגעגעבן צו זײ, האָבן זײ דיר ניט געדינט, און זײ האָבן זיך ניט אומגעקערט פֿון זײערע שלעכטע מעשׂים.
36
אָט זײַנען מיר הײַנט קנעכט, און דאָס לאַנד װאָס דו האָסט געגעבן אונדזערע עלטערן, צו עסן איר פֿרוכט און איר גוטס, אָט זײַנען מיר קנעכט דערױף;
37
און זי מערט איר תּבֿואה פֿאַר די מלכים װאָס דו האָסט געגעבן איבער אונדז פֿאַר אונדזערע זינד; און זײ געװעלטיקן איבער אונדזערע לײַבער, און איבער אונדזערע בהמות, לױט זײער װילן, און מיר זײַנען אין גרױס נױט.