אידיש
1
און עס איז געװען, אי סַנבֿלַט, און טוֹבֿיָה, און די אַראַבער, און די עַמוֹנים, און די אַשדוֹדים, האָבן געהערט אַז די מױערן פֿון ירושָלַיִם װערן פֿאַרריכט, אַז די בראָכן האָבן אָנגעהױבן פֿאַרשטאָפּט צו װערן, האָט זײ זײער געברענט.
2
און זײ האָבן געמאַכט אַ בונט אַלע אין אײנעם, צו קומען מלחמה האַלטן אױף ירושָלַיִם, און אָנמאַכן דרינען אַ מהומה.
3
האָבן מיר מתפּלל געװען צו אונדזער גאָט, און מיר האָבן געשטעלט אַ װאַך אַקעגן זײ בײַ טאָג און בײַ נאַכט, [זיך צו שיצן] פֿאַר זײ.
4
און יהודה האָט געזאָגט: דער כּוח פֿון די לאַסטטרעגער איז אָפּגעשװאַכט, און ערד אָפּצוראַמען איז דאָ אַ סך, און מיר קענען ניט בױען די מױער.
5
און אונדזערע שָׂונאים האָבן געזאָגט: זאָלן זײ ניט מערקן און ניט זען, ביז מיר װעלן קומען צװישן זײ, און װעלן זײ אױסהרגען, און פֿאַרשטערן די אַרבעט.
6
און עס איז געװען, אַז די ייִדן װאָס זײַנען געזעסן בײַ זײ, זײַנען צו אונדז געקומען, האָבן זײ אונדז צען מאָל געזאָגט: איר מוזט זיך אומקערן צו אונדז פֿון אַלע ערטער.
7
האָב איך אױסגעשטעלט אונטער דעם אָרט הינטער דער מױער, אין די אָפֿענע פּלעצער – איך האָב אױסגעשטעלט דאָס פֿאָלק לױט משפּחות, מיט זײערע שװערדן, זײערע שפּיזן, און זײערע בױגנס.
8
און איך האָב זיך אומגעקוקט, און בין אױפֿגעשטאַנען און האָב געזאָגט צו די אַדללײַט, און צו די פֿאָרשטײער, און צו דעם איבעריקן פֿאָלק: איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר זײ; דערמאָנט אײַך אָן גאָט, דעם גרױסן און דעם פֿאָרכטיקן, און האַלט מלחמה פֿאַר אײַערע ברידער, אײַערע זין און אײַערע טעכטער, אײַערע װײַבער, און אײַערע הײַזער.
9
און עס איז געװען, װי אונדזערע פֿײַנט האָבן געהערט, אַז מיר האָבן זיך דערװוּסט, און גאָט האָט פֿאַרשטערט זײער עצה, אַזױ האָבן מיר זיך אַלע אומגעקערט צו דער מױער, איטלעכער צו זײַן אַרבעט.
10
און עס איז געװען פֿון יענעם טאָג אָן, האָבן העלפֿט פֿון מײַנע יונגען געטאָן די אַרבעט, און העלפֿט פֿון זײ האָבן געהאַלטן די שפּיזן, די שילדן און די בױגנס, און די פּאַנצערס; און די האַרן זײַנען געװען הינטער דעם גאַנצן הױז פֿון יהודה
11
װאָס האָבן געבױט די מױער. און די לאַסטטרעגער לאָדנדיק האָבן מיט אײן האַנט זייערער געטאָן די אַרבעט, און אײנע האָט געהאַלטן דעם װאַפֿן.
12
און די בױער זײַנען געװען אָנגעגורט איטלעכער מיט זײַן שװערד אױף זײַנע לענדן, און אַזױ האָבן זײ געבױט; און אַ שוֹפֿר-בלאָזער איז געװען לעבן מיר.
13
און איך האָב געזאָגט צו די אַדללײַט, און צו די פֿאָרשטײער, און צו דעם איבעריקן פֿאָלק: די אַרבעט איז גרױס און אױסגעברײט, און מיר זײַנען אָפּגעזונדערט אױף דער מױער, װײַט אײנער פֿון אַנדערן.
14
איז, אין דעם אָרט װאָס איר װעט הערן דעם קָול פֿון שוֹפֿר, אַהין זאָלט איר זיך אײַנזאַמלען צו אונדז; אונדזער גאָט װעט מלחמה האַלטן פֿאַר אונדז.
15
אַזױ האָבן מיר געטאָן די אַרבעט; און אַ העלפֿט פֿון זײ האָבן געהאַלטן די שפּיזן פֿון אױפֿגאַנג פֿון פֿרימאָרגן ביז די שטערן זײַנען אַרױס.
16
איך האָב אױך געזאָגט אין יענער צײַט צום פֿאָלק: זאָל איטלעכער מיט זײַן יונג נעכטיקן אין ירושָלַיִם, כּדי זײ זאָלן אונדז זײַן בײַ נאַכט פֿאַר אַ װאַך, און בײַ טאָג פֿאַר אַרבעט.
17
און ניט איך, אָדער מײַנע ברידער און מײַנע יונגען און די װאַכלײַט װאָס הינטער מיר, קײנער האָבן מיר ניט אױסגעטאָן אונדזערע קלײדער; אַפֿילו צום װאַסער איז איטלעכער געגאַנגען מיט זײַן װאַפֿן.