אידיש
1
אין יענעם טאָג איז געלײענט געװאָרן פֿון דעם בוך פֿון משהן אין די אױערן פֿון פֿאָלק, און עס איז געפֿונען געװאָרן געשריבן דערין, אַז אַן עַמוֹני און אַ מוֹאָבֿי זאָל ניט קומען אין דער עדה פֿון גאָט ביז אױף אײביק,
2
װײַל זײ זײַנען ניט אַקעגנגעקומען די קינדער פֿון ישׂראל מיט ברױט און מיט װאַסער, און זײ האָבן אָנגעדונגען אױף זײ בלעָמען זײ צו שילטן, נאָר אונדזער גאָט האָט פֿאַרקערט די קללה אין אַ ברכה.
3
און עס איז געװען, װי זײ האָבן געהערט די תּוֹרה, אַזױ האָבן זײ אָפּגעשײדט יעטװעדער מישונג פֿון ישׂראל.
4
און פֿאַר דעם האָט אֶליָשיבֿ דער כֹּהן װאָס איז געװען געשטעלט איבער די קאַמערן פֿון אונדזער גאָטס הױז, אַ קרובֿ פֿון טוֹבֿיָהן,
5
געהאַט געמאַכט פֿאַר אים אַ גרױסע קאַמער, דאָרט װוּ מע האָט פֿריער אַװעקגעלײגט דאָס שפּײַזאָפּפֿער, דעם װײַרױך, און די כּלים, און דעם מעשׂר פֿון תּבֿואה, װײַן, און אײל, װאָס איז באַפֿױלן פֿאַר די לוִיִים, און די זינגערס, און די טױערלײַט, און די אָפּשײדונג פֿאַר די כֹּהנים.
6
און בעת דעם אַלעם בין איך ניט געװען אין ירושָלַיִם, װאָרום אין צװײ און דרײַסיקסטן יאָר פֿון אַרתַּחשַסתּאָ, דעם מלך פֿון בבֿל, בין איך אַװעק צום מלך, און ערשט נאָך אַ פֿאַרלױף פֿון טעג האָב איך זיך אָפּגעבעטן בײַם מלך.
7
און איך בין געקומען קײן ירושָלַיִם, און האָב געמערקט דאָס בײז װאָס אֶליָשיבֿ האָט געטאָן פֿון טוֹבֿיָהס װעגן, אים צו מאַכן אַ קאַמער אין די הױפֿן פֿון גאָטס הױז.
8
און מיך האָט זײער געערגערט, און איך האָב אַרױסגעװאָרפֿן אַלע זאַכן פֿון טוֹבֿיָהס הױז דרױסן פֿון דער קאַמער.
9
און איך האָב געהײסן, און מע האָט גערײניקט די קאַמערן, און איך האָב אומגעקערט אַהין די כּלים פֿון גאָטס הױז, דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און דעם װײַרױך.
10
און איך האָב זיך דערװוּסט אַז די אָפּגאָבן פֿון די לוִיִים זײַנען ניט געגעבן געװאָרן, און די לוִיִים און די זינגערס װאָס האָבן געטאָן די אַרבעט, זײַנען צעלאָפֿן איטלעכער צו זײַן פֿעלד.
11
האָב איך זיך געקריגט מיט די פֿאָרשטײער, און איך האָב געזאָגט: פֿאַר װאָס איז פֿאַרלאָזן געװאָרן דאָס הױז פֿון גאָט? און איך האָב זײ אײַנגעזאַמלט, און האָב זײ געשטעלט אױף זײער אָרט.
12
און גאַנץ יהודה האָבן געבראַכט מעשׂר פֿון תּבֿואה, און אײל, און װײַן, אין די שאַצקאַמערן.
13
און איך האָב געמאַכט פֿאַר שאַצמײַנסטער איבער די שאַצקאַמערן, שֶלמיָה דעם כֹּהן, און טַדוֹק דעם שרײַבער, און פּדָיָהן פֿון די לוִיִים, און זײ צו דער האַנט, חָנָן דעם זון פֿון זַכּור דעם זון פֿון מַתַּניָהן, װײַל זײ זײַנען געװען פֿאַררעכנט פֿאַר באַגלױבטע; און אױף זײ איז געלעגן אױסצוטײלן צו זײערע ברידער.
14
געדענק מיר, גאָט מײַנער, פֿאַר דעם, און לאָז ניט אָפּגעמעקט װערן מײַנע גוטע זאַכן װאָס איך האָב געטאָן פֿאַר דעם הױז פֿון מײַן גאָט, און פֿאַר זײַנע װאַכן.
15
אין יענע טעג האָב איך געזען אין יהודה װי מע טרעט קעלטערן אום שבת, און מע ברענגט אַרײַן די סטױגן, און מע לאָדט אָן אױף אײזלען, און אױך װײַן, טרױבן, און פֿײַגן, און אַלערלײ משׂא, און מע ברענגט אין ירושָלַיִם אין טאָג פֿון שבת; און איך האָב זײ געװאָרנט אין דעם טאָג װאָס זײ האָבן פֿאַרקױפֿט שפּײַז.
16
אױך די צוֹרים װאָס האָבן געװױנט אין איר, פֿלעגן ברענגען פֿיש און אַלערלײ סחוֹרה, און פֿאַרקױפֿן אום שבת צו די קינדער פֿון יהודה, און אין ירושָלַיִם.
17
האָב איך זיך געקריגט מיט די אַדללײַט פֿון יהודה, און איך האָב צו זײ געזאָגט: װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שלעכטע זאַך װאָס איר טוט, און פֿאַרשװעכט דעם טאָג פֿון שבת?
18
האָבן ניט אַזױ געטאָן אײַערע עלטערן, און אונדזער גאָט האָט געבראַכט דאָס דאָזיקע גאַנצע בײז אױף אונדז, און אױף דער דאָזיקער שטאָט? און איר מערט נאָך גרימצאָרן אױף ישׂראל, מחַלל שבת צו זײַן?
19
און עס איז געװען, װי די טױערן פֿון ירושָלַיִם האָבן אָנגעהױבן װערן טונקל פֿאַר שבת, אַזױ האָב איך געהײסן, און די טירן זײַנען פֿאַרשלאָסן געװאָרן, און איך האָב אָנגעזאָגט, אַז מע זאָל זײ ניט עפֿענען ביז נאָך שבת; און פֿון מײַנע יונגען האָב איך געשטעלט בײַ די טױערן, אַז קײן משׂא זאָל ניט אַרײַנקומען אין טאָג פֿון שבת.
20
און די הענדלער און די פֿאַרקױפֿער פֿון אַלערלײ סחוֹרה האָבן גענעכטיקט דרױסן פֿון ירושָלַיִם אײן מאָל און צװײ מאָל.
21
האָב איך זײ געװאָרנט, און האָב צו זײ געזאָגט: פֿאַר װאָס נעכטיקט איר לעבן דער מױער? אַז איר װעט עס טאָן אַ צװײט מאָל, װעל איך לײגן אַ האַנט אױף אײַך. פֿון יענער צײַט אָן זײַנען זײ ניט געקומען אום שבת.
22
און איך האָב אָנגעזאָגט די לוִיִים, אַז זײ זאָלן זיך רײניקן, און קומען היטן די טױערן, כּדי צו האַלטן הײליק דעם טאָג פֿון שבת. דאָס אױך געדענק מיר, גאָט מײַנער, און באַשיץ מיך לױט דײַן גרױס גענאָד.
23
אױך האָב איך אין יענע טעג געזען ייִדן װאָס האָבן גענומען אַשדוֹדישע, עַמוֹנישע, מוֹאָבֿישע װײַבער.
24
און זײערע קינדער האָבן האַלב גערעדט אַשדוֹדיש און האָבן ניט געקענט רעדן יהודיש, נײַערט לױט דעם לשון פֿון דעם פֿאָלק אָדער יענעם.
25
האָב איך זיך געקריגט מיט זײ, און איך האָב זײ געשאָלטן, און איך האָב געשלאָגן עטלעכע פֿון זײ, און זײ געריסן פֿאַר די האָר. און איך האָב זײ באַשװאָרן בײַ גאָט: איר זאָלט ניט געבן אײַערע טעכטער צו זײערע זין, און ניט נעמען פֿון זײערע טעכטער פֿאַר אײַערע זין אָדער פֿאַר אײַך אַלײן.
26
האָט ניט װעגן דעם זיך פֿאַרזינדיקט שלמה דער מלך פֿון ישׂראל, װאָס צװישן די פֿיל פֿעלקער איז ניט געװען אַ מלך אַזאַ װי ער, און ער איז געװען באַליבט בײַ זײַן גאָט, און גאָט האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך איבער גאַנץ ישׂראל? אַפֿילו אים האָבן די פֿרעמדע װײַבער געמאַכט זינדיקן.
27
און מיר זאָלן זיך צוהערן צו אײַך צו טאָן דאָס דאָזיקע גרױסע בײז, צו פֿעלשן אָן אונדזער גאָט, צו נעמען פֿרעמדע װײַבער?
28
און אײנער פֿון די זין פֿון יוֹיָדָע דעם זון פֿון אֶליָשיבֿ דעם כֹּהן-גָדול איז געװען אַן אײדים פֿון סַנבֿלַט דעם חוֹרוֹני, און איך האָב אים אַװעקגעיאָגט פֿון מיר.
29
געדענק זײ, גאָט מײַנער, פֿאַר די פֿאַראומװערדיקונגען פֿון דער כּהונה, און פֿון דעם בונד פֿון דער כּהונה און די לוִיִים.
30
אַזױ האָב איך זײ גערײניקט פֿון אַלעם פֿרעמדן, און איך האָב אײַנגעשטעלט די װאַכן פֿאַר די כֹּהנים און פֿאַר די לוִיִים, איטלעכן אױף זײַן אַרבעט;
31
און אױף צו ברענגען האָלץ אין געשטעלטע צײַטן, און פֿאַר די ערשטצײַטיקע פֿרוכטן. דערמאָן דאָס מיר, גאָט מײַנער, צום גוטן.