Yiddish
Hebrew
אידיש
1 די װערטער פֿון נחֶמיָה דעם זון פֿון חכַליָהן. עס איז געװען אין חוֹדש כִּסלֵו אין צװאַנציקסטן יאָר, בעת איך בין געװען אין דער הױפּטשטאָט שושַן, 2 איז געקומען חנָני, אײנער פֿון מײַנע ברידער, ער און [אַנדערע] מענער פֿון יהודה, און איך האָב זײ געפֿרעגט װעגן די ייִדן, די אַנטרונענע װאָס זײַנען געבליבן פֿון דער געפֿאַנגענשאַפֿט, און װעגן ירושָלַיִם. 3 האָבן זײ צו מיר געזאָגט: די געבליבענע װאָס זײַנען געבליבן פֿון דער געפֿאַנגענשאַפֿט דאָרטן אין דער מדינה, זײַנען אין גרױס אומגליק און אין שאַנד, און די מױער פֿון ירושָלַיִם איז אײַנגעבראָכן, און אירע טױערן זײַנען פֿאַרברענט אין פֿײַער. 4 איז, װי איך האָב געהערט די דאָזיקע װערטער, אַזױ האָב איך זיך געזעצט און האָב געװײנט און האָב טעג געטרױערט, און איך האָב געפֿאַסט און האָב מתפּלל געװען פֿאַר דעם גאָט פֿון הימל. 5 און איך האָב געזאָגט: איך בעט דיך, יהוה, גאָט פֿון די הימלען, גרויסער און פֿאָרכטיקער גאָט, װאָס היט דעם בונד און די גענאָד צו די װאָס האָבן אים ליב, און צו די װאָס היטן זײַנע געבאָט. 6 זאָל, איך בעט דיך, דײַן אױער זײַן פֿאַרנעמיק, און דײַנע אױגן אָפֿן, צוצוהערן צו דער תּפֿילה פֿון דײַן קנעכט װאָס איך בין מתפּלל פֿאַר דיר אַצונד טאָג און נאַכט פֿון װעגן די קינדער פֿון ישׂראל, דײַנע קנעכט, און בין זיך מתװדה אױף די זינד פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װאָס מיר האָבן צו דיר געזינדיקט; יאָ, איך און דאָס הױז פֿון מײַן פֿאָטער האָבן געזינדיקט. 7 פֿאַרדאָרבן זײַנען מיר געװען פֿאַרדאָרבן אַקעגן דיר, און מיר האָבן ניט געהיט די געבאָט און די חוקים און די געזעצן װאָס דו האָסט באַפֿױלן דײַן קנעכט משהן. 8 דערמאָן זיך, איך בעט דיך, דאָס װאָרט װאָס דו האָסט אָנגעזאָגט דײַן קנעכט משהן, אַזױ צו זאָגן: ״װעט איר פֿעלשן, װעל איך אײַך צעשפּרײטן צװישן די פֿעלקער. 9 אָבער אַז איר װעט אײַך אומקערן צו מיר, און היטן מײַנע געבאָט און זײ טאָן, מעגן אײַערע פֿאַרשטױסענע זײַן אין עק הימל, װעל איך פֿון דאָרטן זײ אײַנזאַמלען, און װעל זײ ברענגען אין דעם אָרט װאָס איך האָב אױסדערװײלט צו מאַכן רוען מײַן נאָמען דאָרטן״. 10 זײ זײַנען דאָך דײַנע קנעכט און דײַן פֿאָלק װאָס דו האָסט אױסגעלײזט מיט דײַן גרױס שטאַרקײט, און מיט דײַן מאַכטיקער האַנט. 11 איך בעט דיך, גאָט, זאָל נון דײַן אױער זײַן פֿאַרנעמיק צו דער תּפֿילה פֿון דײַן קנעכט, און צו דער תּפֿילה פֿון דײַנע קנעכט װאָס װילן פֿאָרכטן דײַן נאָמען, און באַגליק, איך בעט דיך, הײַנט דײַן קנעכט, און גיב אים דערבאַרימונג בײַ דעם דאָזיקן מאַן. און איך בין געװען אַ טראַנקמײַסטער בײַם מלך.
עברית
1 דִּבְרֵ֥י נְחֶמְיָ֖ה בֶּן־חֲכַלְיָ֑ה וַיְהִ֤י בְחֹֽדֶשׁ־כסלו שְׁנַ֣ת עֶשְׂרִ֔ים וַאֲנִ֥י הָיִ֖יתִי בְּשׁוּשַׁ֥ן הַבִּירָֽה׃ 2 וַיָּבֹ֨א חֲנָ֜נִי אֶחָ֧ד מֵאַחַ֛י ה֥וּא וַאֲנָשִׁ֖ים מִֽיהוּדָ֑ה וָאֶשְׁאָלֵ֞ם עַל־הַיְּהוּדִ֧ים הַפְּלֵיטָ֛ה אֲשֶֽׁר־נִשְׁאֲר֥וּ מִן־הַשֶּׁ֖בִי וְעַל־יְרוּשָׁלָֽ͏ִם׃ 3 וַיֹּאמְרוּ֮ לִי֒ הַֽנִּשְׁאָרִ֞ים אֲשֶֽׁר־נִשְׁאֲר֤וּ מִן־הַשְּׁבִי֙ שָׁ֣ם בַּמְּדִינָ֔ה בְּרָעָ֥ה גְדֹלָ֖ה וּבְחֶרְפָּ֑ה וְחוֹמַ֤ת יְרוּשָׁלִַ֙ם֙ מְפֹרָ֔צֶת וּשְׁעָרֶ֖יהָ נִצְּת֥וּ בָאֵֽשׁ׃ 4 וַיְהִ֞י כְּשָׁמְעִ֣י אֶת־הַדְּבָרִ֣ים הָאֵ֗לֶּה יָשַׁ֙בְתִּי֙ וָֽאֶבְכֶּ֔ה וָאֶתְאַבְּלָ֖ה יָמִ֑ים וָֽאֱהִ֥י צָם֙ וּמִתְפַּלֵּ֔ל לִפְנֵ֖י אֱלֹהֵ֥י הַשָּׁמָֽיִם׃ 5 וָאֹמַ֗ר אָֽנָּ֤א יְהוָה֙ אֱלֹהֵ֣י הַשָּׁמַ֔יִם הָאֵ֥ל הַגָּד֖וֹל וְהַנּוֹרָ֑א שֹׁמֵ֤ר הַבְּרִית֙ וָחֶ֔סֶד לְאֹהֲבָ֖יו וּלְשֹׁמְרֵ֥י מִצְוֺתָֽיו׃ 6 תְּהִ֣י נָ֣א אָזְנְךָֽ־קַשֶּׁ֣בֶת וְֽעֵינֶ֪יךָ פְתֻוּח֟וֹת לִשְׁמֹ֣עַ אֶל־תְּפִלַּ֣ת עַבְדְּךָ֡ אֲשֶׁ֣ר אָנֹכִי֩ מִתְפַּלֵּ֨ל לְפָנֶ֤יךָ הַיּוֹם֙ יוֹמָ֣ם וָלַ֔יְלָה עַל־בְּנֵ֥י יִשְׂרָאֵ֖ל עֲבָדֶ֑יךָ וּמִתְוַדֶּ֗ה עַל־חַטֹּ֤אות בְּנֵֽי־יִשְׂרָאֵל֙ אֲשֶׁ֣ר חָטָ֣אנוּ לָ֔ךְ וַאֲנִ֥י וּבֵית־אָבִ֖י חָטָֽאנוּ׃ 7 חֲבֹ֖ל חָבַ֣לְנוּ לָ֑ךְ וְלֹא־שָׁמַ֣רְנוּ אֶת־הַמִּצְוֺ֗ת וְאֶת־הַֽחֻקִּים֙ וְאֶת־הַמִּשְׁפָּטִ֔ים אֲשֶׁ֥ר צִוִּ֖יתָ אֶת־מֹשֶׁ֥ה עַבְדֶּֽךָ׃ 8 זְכָר־נָא֙ אֶת־הַדָּבָ֔ר אֲשֶׁ֥ר צִוִּ֛יתָ אֶת־מֹשֶׁ֥ה עַבְדְּךָ֖ לֵאמֹ֑ר אַתֶּ֣ם תִּמְעָ֔לוּ אֲנִ֕י אָפִ֥יץ אֶתְכֶ֖ם בָּעַמִּֽים׃ 9 וְשַׁבְתֶּ֣ם אֵלַ֔י וּשְׁמַרְתֶּם֙ מִצְוֺתַ֔י וַעֲשִׂיתֶ֖ם אֹתָ֑ם אִם־יִהְיֶ֨ה נִֽדַּחֲכֶ֜ם בִּקְצֵ֤ה הַשָּׁמַ֙יִם֙ מִשָּׁ֣ם אֲקַבְּצֵ֔ם והבואתים אֶל־הַמָּק֔וֹם אֲשֶׁ֣ר בָּחַ֔רְתִּי לְשַׁכֵּ֥ן אֶת־שְׁמִ֖י שָֽׁם׃ 10 וְהֵ֥ם עֲבָדֶ֖יךָ וְעַמֶּ֑ךָ אֲשֶׁ֤ר פָּדִ֙יתָ֙ בְּכֹחֲךָ֣ הַגָּד֔וֹל וּבְיָדְךָ֖ הַחֲזָקָֽה׃ 11 אָנָּ֣א אֲדֹנָ֗י תְּהִ֣י נָ֣א אָזְנְךָֽ־קַ֠שֶּׁבֶת אֶל־תְּפִלַּ֨ת עַבְדְּךָ֜ וְאֶל־תְּפִלַּ֣ת עֲבָדֶ֗יךָ הַֽחֲפֵצִים֙ לְיִרְאָ֣ה אֶת־שְׁמֶ֔ךָ וְהַצְלִֽיחָה־נָּ֤א לְעַבְדְּךָ֙ הַיּ֔וֹם וּתְנֵ֣הוּ לְרַחֲמִ֔ים לִפְנֵ֖י הָאִ֣ישׁ הַזֶּ֑ה וַאֲנִ֛י הָיִ֥יתִי מַשְׁקֶ֖ה לַמֶּֽלֶךְ׃   פ