אידיש
1
און דאָס זײַנען די הױפּטן פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער, און דער יחוס-בריװ פֿון די װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען מיט מיר פֿון בבֿל, אין דער מלוכה פֿון דעם מלך אַרתַּחשַסטאָ.
2
פֿון די קינדער פֿון פּינחס: גֵרשוֹם. פֿון די קינדער פֿון איתָמָר: דָניאֵל. פֿון די קינדער פֿון דוד: חטוש.
3
פֿון די קינדער פֿון שכַניָה: פֿון די קינדער פֿון פּרעוֹש, זכַריָה; און צו אים האָבן זיך מיַחס געװען הונדערט און פֿופֿציק מאַנספּאַרשױנען.
4
פֿון די קינדער פֿון פּחת-מוֹאָבֿ: אֶליְהוֹעֵינַי דער זון פֿון זֶרַחיָהן, און מיט אים צװײ הונדערט מאַנספּאַרשױנען.
5
פֿון די קינדער פֿון שכַניָה: דער זון פֿון יַחזיאֵלן, און מיט אים דרײַ הונדערט מאַנספּאַרשױנען.
6
און פֿון די קינדער פֿון עָדין: עֶבֿד דער זון פֿון יוֹנָתָנען, און מיט אים פֿופֿציק מאַנספּאַרשױנען.
7
און פֿון די קינדער פֿון עֵילָם: ישַעיָה דער זון פֿון עַתַליָהן, און מיט אים זיבעציק מאַנספּאַרשױנען.
8
און פֿון די קינדער פֿון שפֿטיָה: זבֿדיָה דער זון פֿון מיכָאֵלן, און מיט אים אַכציק מאַנספּאַרשױנען.
9
פֿון די קינדער פֿון יוֹאָבֿ: עוֹבֿדיָה דער זון פֿון יחיאֵלן, און מיט אים צװײ הונדערט און אַכצן מאַנספּאַרשױנען.
10
און פֿון די קינדער פֿון שלוֹמית: דער זון פֿון יוֹסִפֿיָהן, און מיט אים הונדערט און זעכציק מאַנספּאַרשױנען.
11
און פֿון די קינדער פֿון בבֿי: זכַריָה דער זון פֿון בבֿין, און מיט אים אַכט און צװאַנציק מאַנספּאַרשױנען.
12
און פֿון די קינדער פֿון עַזגָד: יוֹחָנָן דער זון פֿון הַקָטָנען, און מיט אים הונדערט און צען מאַנספּאַרשױנען.
13
און פֿון די קינדער פֿון אַדוֹניקָם: די לעצטע; און דאָס זײַנען זײערע נעמען: אֶליפֿלֶט, יעִיאֵל, און שמַעיָה, און מיט זײ זעכציק מאַנספּאַרשױנען.
14
און פֿון די קינדער פֿון בגוַי: עותַי, און זַכּור, און מיט זײ זיבעציק מאַנספּאַרשױנען.
15
און איך האָב זײ אײַנגעזאַמלט בײַם טײַך װאָס גײט אַרײַן אין אַהוָא, און מיר האָבן דאָרטן גערוט דרײַ טעג, און איך האָב נאָכגעקוקט צװישן דעם פֿאָלק און צװישן די כּהנים, און האָב דאָרטן ניט געפֿונען פֿון די קינדער פֿון לֵוִי.
16
האָב איך געשיקט נאָך אֶליעֶזֶר, נאָך אַריאֵל, נאָך שמַעיָה, און נאָך אֶלנָתָן, און נאָך יָריבֿ, און נאָך אֶלנָתָן, און נאָך נָתָן, און נאָך זכַריָה, און נאָך משולָם, די הױפּטלײַט, און נאָך יוֹיָריבֿ, און נאָך אֶלנָתָן, די קענער.
17
און איך האָב זײ געגעבן אַ באַפֿעל צו אִדוֹ דעם הױפּטמאַן אין דעם אָרט כָּסִפֿיאָ, און איך האָב אַרײַנגעטאָן אין זײער מױל װערטער צו רעדן צו אִדוֹן [און] זײַן ברודער װאָס זײַנען געװען געזעצט איבער דעם אָרט כָּסִפֿיאָ, אונדז צו ברענגען באַדינער פֿאַר דעם הױז פֿון אונדזער גאָט.
18
און זײ האָבן אונדז געבראַכט, לױט דער גוטער האַנט פֿון גאָט אױף אונדז, אַ פֿאַרשטאַנדיקן מאַן פֿון די קינדער פֿון מַחלי דעם זון פֿון לֵוִי, דעם זון פֿון ישׂראלן; און שֵרֵבֿיָהן מיט זײַנע זין און זײַנע ברידער – אַכצן;
19
און חַשַבֿיָהן, און מיט אים ישַעיָהן פֿון די קינדער פֿון מרָרי, זײַנע ברידער, און זײערע זין – צװאַנציק;
20
און פֿון די נתינים װאָס דוד און די האַרן האָבן אָפּגעגעבן פֿאַר דעם דינסט פֿון די לוִיִים, צװײ הונדערט און צװאַנציק נתינים; אַלע זײַנען געװען אָנגערופֿן מיט די נעמען.
21
און איך האָב דאָרטן אױסגערופֿן אַ תָּענית בײַם טײַך אַהוָא, זיך צו פּײַניקן פֿאַר אונדזער גאָט, כּדי צו בעטן בײַ אים אַ גלײַכן װעג פֿאַר אונדז און פֿאַר אונדזערע קלײנע קינדער, און פֿאַר אונדזער גאַנצן פֿאַרמעג.
22
װאָרום איך האָב זיך געשעמט צו פֿאַרלאַנגען פֿון דעם מלך חיל און רײַטער אונדז צו העלפֿן פֿון אַ פֿײַנט אױפֿן װעג, װײַל מיר האָבן געזאָגט צום מלך, אַזױ צו זאָגן: די האַנט פֿון גאָט איז צום גוטן אױף אַלע װאָס זוכן אים, און זײַן מאַכט און זײַן צאָרן אַקעגן אַלע װאָס פֿאַרלאָזן אים.
23
און מיר האָבן געפֿאַסט, און געבעטן בײַ אונדזער גאָט װעגן דעם, און ער האָט זיך געלאָזט דערבעטן פֿון אונדז.
24
און איך האָב אָפּגעשײדט פֿון די האַרן פֿון די כּהנים צװעלף; שֵרֵבֿיָהן, חַשַבֿיָהן, און מיט זײ צען פֿון זײערע ברידער.
25
און איך האָב זײ צוגעװױגן דאָס זילבער, און דאָס גאָלד, און די כּלים, די אָפּשײדונג פֿאַר אונדזער גאָטס הױז װאָס דער מלך און זײַנע יוֹעצים און זײַנע האַרן און גאַנץ ישׂראל װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען, האָבן מנדבֿ געװען.
26
און איך האָב אָפּגעװױגן אױף זײערע האַנט זילבער זעקס הונדערט און פֿופֿציק צענטנער, און זילבערנע כּלים הונדערט צענטנער; גאָלד הונדערט צענטנער;
27
און גילדערנע בעכער צװאַנציק, צו טױזנט אַדַרכּוֹנים; און צװײ כּלים פֿון פֿײַנעם געלן קופּער, אַזױ טײַער װי גאָלד.
28
און איך האָב צו זײ געזאָגט: איר זײַט הײליק צו גאָט, און די כּלים זײַנען הײליק; און דאָס זילבער און דאָס גאָלד איז אַ נדבֿה צו יהוה דעם גאָט פֿון אײַערע עלטערן.
29
פּאַסט אױף און היט עס, ביז איר װעט עס אָפּװעגן פֿאַר די האַרן פֿון די כּהנים און די לוִיִים, און די האַרן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון ישׂראל אין ירושָלַיִם, אין די קאַמערן פֿון גאָטס הױז.
30
און די כּהנים און די לוִיִים האָבן צוגענומען די װאָג פֿון דעם זילבער און דעם גאָלד, און די כּלים, אױף צו ברענגען קײן ירושָלַיִם אין הױז פֿון אונדזער גאָט.
31
און מיר האָבן אַװעקגעצױגן פֿון דעם טײַך אַהוָא אין צװעלפֿטן טאָג פֿון ערשטן חוֹדש, צו גײן קײן ירושָלַיִם, און די האַנט פֿון גאָט איז געװען אױף אונדז, און ער האָט אונדז באַשירעמט פֿון דער האַנט פֿון פֿײַנט און לױערער אױפֿן װעג.
32
און מיר זײַנען געקומען קײן ירושָלַיִם, און זײַנען דאָרטן געזעסן דרײַ טעג.
33
און אױפֿן פֿירטן טאָג איז דאָס זילבער און דאָס גאָלד און די כּלים אָפּגעװױגן געװאָרן אין הױז פֿון אונדזער גאָט, אױף דער האַנט פֿון מרַמוֹת דעם זון פֿון אורִיָהן, דעם כּהן, און מיט אים איז געװען אֶלעָזָר דער זון פֿון פּינחסן, און מיט זײ, יוֹזָבֿד דער זון פֿון יֵשועַן, און נוֹעַדיָה דער זון פֿון בנױן, די לוִיִים;
34
אַלץ מיט אַ צאָל און מיט אַ װאָג; און די גאַנצע װאָג איז פֿאַרשריבן געװאָרן אין יענער צײַט.
35
האָבן די קינדער פֿון גלות װאָס זײַנען געקומען פֿון געפֿאַנגענשאַפֿט, מקריבֿ געװען בראַנדאָפּפֿער צום גאָט פֿון ישׂראל, צװעלף אָקסן פֿאַר גאַנץ ישׂראל, זעקס און נײַנציק װידערס, זיבן און זיבעציק שעפּסן, צװעלף בעק פֿאַר זינדאָפּפֿער; אַלע בראַנדאָפּפֿער צו גאָט.
36
און זײ האָבן איבערגעגעבן די באַפֿעלן פֿון מלך צו די סאַטראַפּן פֿון מלך, און די פֿירשטן פֿון יענער זײַט טײַך; און זײ האָבן געהאָלפֿן דעם פֿאָלק און דעם הױז פֿון גאָט.