אידיש
1
און די נבֿיאים, חַגַי דער נבֿיא, און זכַריָה דער זון פֿון עִדוֹאן, האָבן נבֿיאות געזאָגט צו די ייִדן װאָס אין יהודה און אין ירושָלַיִם – אין נאָמען פֿון גאָט פֿון ישׂראל צו זײ.
2
דענצמאָל זײַנען אױפֿגעשטאַנען זרובבֿל דער זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, און יֵשועַ דער זון פֿון יוֹצָדָקן, און האָבן אָנגעהױבן בױען דאָס הױז פֿון גאָט װאָס אין ירושָלַיִם, און מיט זײ זײַנען געװען די נבֿיאים פֿון גאָט װאָס האָבן זײ געהאָלפֿן.
3
אין דער אײגענער צײַט איז צו זײ געקומען תַּתּנַי דער פֿירשט פֿון יענער זײַט טײַך, און שתַר-בוֹזנַי, און זײערע חבֿרים, און זײ האָבן צו זײ אַזױ געזאָגט: װער האָט אײַך געגעבן אַ דערלױבעניש צו בױען דאָס דאָזיקע הױז, און צו פֿאַרענדיקן די דאָזיקע מױער?
4
״דענצמאָל האָבן מיר צו זײ אַזױ געזאָגט: – [האָבן זײ געשריבן] – װאָס זײַנען די נעמען פֿון די מענטשן װאָס בױען דעם דאָזיקן בנין?״
5
אָבער דאָס אױג פֿון זײער גאָט איז געװען אױף די עלטסטע פֿון די ייִדן, און זײ האָבן זײ ניט געװערט, ביז די זאַך װעט קומען פֿאַר דָריָוֶשן, און מע װעט דענצמאָל ברענגען אַ תּשובֿה װעגן דעם.
6
דער נוסח פֿון דעם בריװ װאָס תַּתּנַי דער פֿירשט פֿון יענער זײַט טײַך, און שתַר-בוֹזנַי, און זײַנע חבֿרים, די אַפֿרסכאָער װאָס פֿון יענער זײַט טײַך, האָבן געשיקט צום מלך דָריָוֶש;
7
זײ האָבן צו אים געשיקט אַ בריװ, און אַזױ איז געװען געשריבן אין אים: צום מלך דָריָוֶש גאָרע פֿריד!
8
זאָל דעם מלך באַװוּסט זײַן, אַז מיר זײַנען געגאַנגען צו דער מדינה יהודה, צום הױז פֿון גרױסן גאָט, און עס װערט געבױט פֿון שװערע שטײנער, און האָלץ װערט אַרײַנגעטאָן אין די װענט, און די דאָזיקע אַרבעט װערט געטאָן פֿלייסיק, און זי באַגליקט אין זײער האַנט.
9
האָבן מיר דענצמאָל געפֿרעגט די דאָזיקע עלטסטע; מיר האָבן צו זײ אַזױ געזאָגט: װער האָט אײַך געגעבן אַ דערלױבעניש צו בױען דאָס דאָזיקע הױז, און צו פֿאַרענדיקן די דאָזיקע מױער?
10
און אױך זײערע נעמען האָבן מיר געפֿרעגט בײַ זײ, כּדי דיך צו לאָזן װיסן, אַז מיר װעלן אױפֿשרײַבן די נעמען פֿון די מענטשן װאָס זײַנען זײערע אָנפֿירער.
11
און אַזױ האָבן זײ אונדז געגעבן אַן ענטפֿער, אַזױ צו זאָגן: מיר זײַנען די קנעכט פֿון דעם גאָט פֿון הימל און ערד, און מיר בױען אָפּ דאָס הױז װאָס איז מיט פֿיל יאָרן פֿאַר דעם שױן געװען געבױט; און אַ גרױסער מלך פֿון ישׂראל האָט עס געבױט און פֿאַרענדיקט.
12
אָבער װײַל אונדזערע עלטערן האָבן דערצערנט דעם גאָט פֿון הימל, האָט ער זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון נבֿוכַדנֶצַר דעם כַּשׂדי, דעם מלך פֿון בבֿל; און ער האָט צעשטערט דאָס דאָזיקע הױז, און האָט פֿאַרטריבן דאָס פֿאָלק קײן בבֿל.
13
אָבער אין ערשטן יאָר פֿון כּוֹרֶש דעם מלך פֿון בבֿל, האָט דער מלך כּוֹרֶש געגעבן אַ באַפֿעל צו בױען דאָס דאָזיקע הױז פֿון גאָט.
14
און אױך די גילדערנע און זילבערנע כּלים פֿון גאָטס הױז װאָס נבֿוכַדנֶצַר האָט אַװעקגענומען פֿון דעם טעמפּל װאָס אין ירושָלַיִם, און זײ אַװעקגעפֿירט אין דעם טעמפּל פֿון בבֿל, זײ האָט דער מלך כּוֹרֶש אַרױסגענומען פֿון דעם טעמפּל װאָס אין בבֿל, און זײ זײַנען איבערגעגעבן געװאָרן צו אײנעם מיטן נאָמען שֵשבצַר, װאָס ער האָט אים געמאַכט פֿאַרן פֿירשט.
15
און ער האָט צו אים געזאָגט: נעם די דאָזיקע כּלים; גײ לײג זײ אַװעק אין דעם טעמפּל װאָס אין ירושָלַיִם, און זאָל דאָס הױז פֿון גאָט געבױט װערן אױף זײַן אָרט.
16
דענצמאָל איז דער דאָזיקער שֵשבצַר געקומען; ער האָט געלײגט די גרונטפֿעסטן פֿון גאָטס הױז װאָס אין ירושָלַיִם, און פֿון דענצמאָל אָן און ביז אַצונד װערט עס געבױט, און איז נאָך ניט פֿאַרטיק.
17
און אַצונד, אױב דעם מלך איז װױלגעפֿעלן, זאָל נאָכגעזוכט װערן דאָרטן אין דער שאַצקאַמער פֿון דעם מלך װאָס אין בבֿל, אױב דאָס איז אַזױ, אַז פֿון מלך כּוֹרֶש איז געגעבן געװאָרן אַ באַפֿעל צו בױען דאָס דאָזיקע הױז פֿון גאָט אין ירושָלַיִם; און זאָל ער אונדז שיקן דעם װילן פֿון דעם מלך װעגן דעם.