אידיש
1
און דאָס זײַנען די קינדער פֿון דער ייִדישער מדינה װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון די גלות-געפֿאַנגענע, װאָס נבֿוכַדנֶצר דער מלך פֿון בבֿל האָט פֿאַרטריבן קײן בבֿל, און זײ האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושָלַיִם און יהודה, איטלעכער צו זײַן שטאָט;
2
די װאָס זײַנען געקומען מיט זרובבֿלן, יֵשועַן, נחֶמיָהן, שׂרָיָהן, רְעֵלָיָהן, מָרדכַין, בלשָנען, מִספּרן, בגוַין, רחומען, בעֲנָהן. די צאָל פֿון די מענער פֿון פֿאָלק ישׂראל:
3
די קינדער פֿון פּרעוֹש, צװײ טױזנט הונדערט און צװײ און זיבעציק.
4
די קינדער פֿון שפֿטיָה, דרײַ הונדערט צװײ און זיבעציק.
5
די קינדער פֿון אָרַך, זיבן הונדערט פֿינף און זיבעציק.
6
די קינדער פֿון פַּחַת-מוֹאָבֿ, פֿון די קינדער פֿון יֵשועַ און יוֹאָבֿ, צװײ טױזנט אַכט הונדערט און צװעלף.
7
די קינדער פֿון עֵילָם, טױזנט צװײ הונדערט פֿיר און פֿופֿציק.
8
די קינדער פֿון זַתּוא, נײַן הונדערט און פֿינף און פֿערציק.
9
די קינדער פֿון זַכַּי, זיבן הונדערט און זעכציק.
10
די קינדער פֿון בָני, זעקס הונדערט צװײ און פֿערציק.
11
די קינדער פֿון בֵבָֿי, זעקס הונדערט דרײַ און צװאַנציק.
12
די קינדער פֿון עַזגָר, טױזנט צװײ הונדערט צװײ און צװאַנציק.
13
די קינדער פֿון אַדוֹניקָם, זעקס הונדערט זעקס און זעכציק.
14
די קינדער פֿון בִגוַי, צװײ טױזנט זעקס און פֿופֿציק.
15
די קינדער פֿון עָדין, פֿיר הונדערט פֿיר און פֿופֿציק.
16
די קינדער פֿון אָטֵר, פֿון יחִזקִיָהן, אַכט און נײַנציק.
17
די קינדער פֿון בֵצָי, דרײַ הונדערט דרײַ און צװאַנציק.
18
די קינדער פֿון יוֹרֶה, הונדערט און צװעלף.
19
די קינדער פֿון חָשום, צװײ הונדערט דרײַ און צװאַנציק.
20
די קינדער פֿון גִבָר, פֿינף און נײַנציק.
21
די קינדער פֿון בית-לֶחֶם, הונדערט דרײַ און צװאַנציק.
22
די מענטשן פֿון נטוֹפֿה, זעקס און פֿופֿציק.
23
די מענטשן פֿון עַנָתוֹת, הונדערט אַכט און צװאַנציק.
24
די קינדער פֿון עַזמָוֶת, צװײ און פֿערציק.
25
די קינדער פֿון קִריַת-עָרים, כּפֿירָה, און באֵרוֹת, זיבן הונדערט און דרײַ און פֿערציק.
26
די קינדער פֿון רָמָה און גֶבֿע, זעקס הונדערט אײן און צװאַנציק.
27
די מענטשן פֿון מִכמָס, הונדערט צװײ און צװאַנציק.
28
די מענטשן פֿון בית-אֵל און עַי, צװײ הונדערט דרײַ און צװאַנציק.
29
די קינדער פֿון נבֿוֹ, צװײ און פֿופֿציק.
30
די קינדער פֿון מַגביש, הונדערט זעקס און פֿופֿציק.
31
די קינדער פֿון דער אַנדער עֵילָם, טױזנט צװײ הונדערט פֿיר און פֿופֿציק.
32
די קינדער פֿון חָרִם, דרײַ הונדערט און צװאַנציק.
33
די קינדער פֿון לוֹד, חָדיד, און אוֹנוֹ, זיבן הונדערט פֿינף און צװאַנציק.
34
די קינדער פֿון יריחוֹ, דרײַ הונדערט פֿינף און פֿערציק.
35
די קינדער פֿון סנָאָה, דרײַ טױזנט און זעקס הונדערט און דרײַסיק.
36
די כּהנים: די קינדער פֿון ידַעְיָה, פֿון דעם הױז פֿון יֵשועַ, נײַן הונדערט דרײַ און זיבעציק.
37
די קינדער פֿון אִמֵר, טױזנט צװײ און פֿופֿציק.
38
די קינדער פֿון פַּשחור, טױזנט צװײ הונדערט זיבן און פֿערציק.
39
די קינדער פֿון חָרִם, טױזנט און זיבעצן.
40
די לוִיִים: די קינדער פֿון יֵשועַ און קַדמיאֵל, פֿון די קינדער פֿון הוֹדַוְיָה, פֿיר און זיבעציק.
41
די זינגערס: די קינדער פֿון אָסָף, הונדערט אַכט און צװאַנציק.
42
די קינדער פֿון די טױערלײַט: די קינדער פֿון שַלום, די קינדער פֿון אָטֵר, די קינדער פֿון טַלמוֹן, די קינדער פֿון עַקובֿ, די קינדער פֿון חַטיטאָ, די קינדער פֿון שוֹבָֿי; אין גאַנצן הונדערט נײַן און דרײַסיק.
43
די נתינים: די קינדער פֿון ציחאָ, די קינדער פֿון חַשׂופֿאָ, די קינדער פֿון טַבעוֹת;
44
די קינדער פֿון קֵרוֹס, די קינדער פֿון סיעַהאָ, די קינדער פֿון פּדוֹן;
45
די קינדער פֿון לבֿנָה, די קינדער פֿון חַגָבֿה, די קינדער פֿון עַקובֿ;
46
די קינדער פֿון חָגָבֿ, די קינדער פֿון שַׂלמַי, די קינדער פֿון חָנָן;
47
די קינדער פֿון גִדֵל, די קינדער פֿון גַחַר, די קינדער פֿון רְאָיָה.
48
די קינדער פֿון רצין, די קינדער פֿון נקוֹדאָ, די קינדער פֿון גַזָם;
49
די קינדער פֿון עוזאָ, די קינדער פֿון פּסֵח, די קינדר פֿון בסָי;
50
די קינדער פֿון אַסנָה, די קינדער פֿון מְעונים, די קינדער פֿון נפֿוסים;
51
די קינדער פֿון בקבוק, די קינדער פֿון חַקופֿאָ, די קינדער פֿון חַרחור;
52
די קינדער פֿון בצלות, די קינדער פֿון מחידאָ, די קינדער פֿון חַרשאָ;
53
די קינדער פֿון ברקוֹס, די קינדער פֿון סיסראָ, די קינדער פֿון תֶּמַח;
54
די קינדער פֿון נציחַ, די קינדער פֿון חַטיפֿאָ.
55
די קינדער פֿון שלמהס קנעכט: די קינדער פֿון סוֹטַי, די קינדער פֿון הַסוֹפֿרֶת, די קינדער פֿון פּרודאָ;
56
די קינדער פֿון יַעֲלָה, די קינדער פֿון דַרקוֹן, די קינדער פֿון גִדֵל;
57
די קינדער פֿון שפֿטיָה, די קינדער פֿון חַטיל, די קינדער פֿון פּוֹכֶרֶת-הַצבֿיִים, די קינדער פֿון אָמי.
58
אַלע נתינים און די קינדער פֿון שלמהס קנעכט: דרײַ הונדערט צװײ און נײַנציק.
59
און דאָס זײַנען די װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון תֵּל-מֶלַח, תֵּל-חַרשאָ, כּרובֿ, אַדָן, אִמֵר, און האָבן ניט געקענט זאָגן זײער פֿאָטערהױז און זײער אָפּשטאַם, אױב זײ זײַנען פֿון ישׂראל:
60
די קינדער פֿון דלָיָה, די קינדער פֿון טוֹבֿיָה, די קינדער פֿון נקוֹדאָ – זעקס הונדערט צװײ און פֿופֿציק.
61
און פֿון די קינדער פֿון די כּהנים: די קינדער פֿון חַבֿיָה, די קינדער פֿון הַקוֹץ, די קינדער פֿון ברזִלַין װאָס האָט גענומען אַ װײַב פֿון די טעכטער פֿון ברזִלַי פֿון גִלעָד, און איז גערופֿן געװאָרן אױף זײער נאָמען.
62
די דאָזיקע האָבן געזוכט זײערע יחוס-בריװ, און זײ זײַנען ניט געפֿונען געװאָרן, און זײ זײַנען געהאַלטן געװאָרן פֿאַר אומװערדיק צו דער כּהונה.
63
און דער תִּרשָתאָ האָט זײ פֿאַרזאָגט, אַז זײ זאָלן ניט עסן פֿון דעם גאָר הײליקן, ביז עס װעט אױפֿשטײן אַ כּהן מיט אורים-ותּומים.
64
די גאַנצע עדה אין אײנעם איז געװען צװײ און פֿערציק טױזנט דרײַ הונדערט און זעכציק;
65
אַחוץ זײערע קנעכט און זײערע דינסטן; די דאָזיקע זײַנען געװען זיבן טױזנט דרײַ הונדערט זיבן און דרײַסיק. און זײ האָבן געהאַט זינגערס און זינגערינס צװײ הונדערט.
66
זײערע פֿערד זײַנען געװען זיבן הונדערט זעקס און דרײַסיק; זײערע מױלאײזלען, צװײ הונדערט פֿינף און פֿערציק;
67
זײערע קעמלען, פֿיר הונדערט פֿינף און דרײַסיק; אײזלען, זעקס טױזנט זיבן הונדערט און צװאַנציק.
68
און טײל פֿון די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער, אַז זײ זײַנען געקומען אין גאָטס הױז אין ירושָלַיִם, האָבן מנדבֿ געװען פֿאַר גאָטס הױז, כּדי אים אױפֿצושטעלן אױף זײַן אָרט.
69
זײ האָבן געגעבן לױט זײערע כּוֹחות פֿאַר דעם שאַץ פֿון דער אַרבעט, גאָלד אײן און זעכציק טױזנט דַרכּמוֹנים, און זילבער פֿינף טױזנט מָנֶה, און העמדלעך פֿאַר די כּהנים, הונדערט.
70
און די כּהנים און די לוִיִים, און טײל פֿון דעם פֿאָלק, און די זינגערס, און די טױערלײַט, און די נתינים, האָבן זיך באַזעצט אין זײערע שטעט, און גאַנץ ישׂראל אין זײערע שטעט.