אידיש
1
אין דריטן יאָר פֿון מלך בלשאַצַרס מלוכה האָט זיך אַ זעונג באַװיזן צו מיר, צו מיר דניאל, נאָך דעם װאָס האָט זיך צו מיר באַװיזן אין אָנהײב.
2
און איך האָב געזען אין אַ זעונג – און אַז איך האָב עס געזען, בין איך געװען אין דער הױפּטשטאָט שושַן, אין דער מדינה עֵילָם – איך האָב געזען אין אַ זעונג, װי איך בין בײַ דעם שטראָם אולַי.
3
און איך האָב אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן, און האָב אַ קוק געטאָן, ערשט אַ װידער שטײט פֿאַר דעם שטראָם, און ער האָט צװײ הערנער, און די צװײ הערנער זײַנען הױכע, און אײנער איז העכער פֿון צװײטן, און דער העכערער איז אַרױסגעװאַקסן צולעצט.
4
האָב איך געזען דעם װידער שטױסן צו מערבֿ, און צו צפֿון, און צו דָרום, און קײן חיה האָט זיך ניט געקענט שטעלן אַקעגן אים, און עס איז ניט געװען װער זאָל מציל זײַן פֿון זײַן האַנט; און ער האָט געטאָן לױט זײַן װילן, און האָט זיך געגרײסט.
5
און װי איך האָב דאָס באַטראַכט, ערשט אַ ציגנבאָק איז אָנגעקומען פֿון מערבֿ-זײַט איבערן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד, אָבער ער האָט ניט אָנגערירט די ערד; און דער באָק האָט געהאַט אַן אָנזעעװדיקן האָרן צװישן זײַנע אױגן.
6
און ער איז צוגעקומען ביז צו דעם װידער מיט די הערנער, װאָס איך האָב געזען שטײן פֿאַרן שטראָם, און ער איז אַרױפֿגעלאָפֿן אױף אים מיט דעם אימפּעט פֿון זײַן כּוֹח.
7
און איך האָב אים געזען זיך אָנשטױסן אָן דעם װידער, און ער איז געװען דערביטערט אױף אים, און ער האָט געשלאָגן דעם װידער, און האָט צעבראָכן זײַנע בײדע הערנער; און דער װידער האָט ניט געהאַט קײן כּוֹח צו באַשטײן פֿאַר אים; און ער האָט אים אַנידערגעװאָרפֿן אױף דער ערד, און האָט אים געטרעטן, און עס איז ניט געװען װער זאָל מציל זײַן דעם װידער פֿון זײַן האַנט.
8
און דער ציגנבאָק האָט זיך זײער געגרײסט; אָבער אין זײַן רעכטער שטאַרקײט, האָט זיך אָפּגעבראָכן דער גרױסער האָרן, און דאָס אױסזען פֿון פֿיר איז אַרױסגעװאַקסן אױף זײַן אָרט, אַקעגן די פֿיר װינטן פֿון הימל.
9
און פֿון אײנעם פֿון זײ איז אַרױסגעגאַנגען אַ קלײנער האָרן, און ער איז געװאָרן זײער גרױס קעגן דָרום, און קעגן מזרח, און קעגן דעם שײנעם לאַנד.
10
און ער איז געװאָרן גרױס ביז צו דעם חיל פֿון הימל, און האָט אַראָפּגעװאָרפֿן צו דער ערד טײל פֿון דעם חיל – פֿון די שטערן, און האָט זײ צעטרעטן.
11
און ביז צו דעם האַר פֿון חיל האָט ער זיך געגרײסט; און דער שטענדיקער קרבן איז פֿון אים אַװעקגענומען געװאָרן, און דער אָרט פֿון זײַן הײליקטום איז אײַנגעװאָרפֿן געװאָרן.
12
און דער חיל איז איבערגעגעבן געװאָרן אין אײנעם מיט דעם שטענדיקן קרבן דורך פֿאַרברעך; און ער האָט געשלײַדערט דעם אמת צו דער ערד, און ער האָט אױפֿגעטאָן און האָט באַגליקט.
13
און איך האָב געהערט װי אײן הײליקער האָט גערעדט, און אײן הײליקער האָט געזאָגט צו דעם אומבאַקענטן װאָס האָט גערעדט: אױף ביז װאַנען איז די זעונג װעגן דעם שטענדיקן קרבן, און דעם פֿאַרברעך װאָס צעגרױלט, דאָס איבערגעבן אי דאָס הײליקטום אי דעם חיל צום צעטרעטן?
14
האָט ער צו מיר געזאָגט: ביז צװײ טױזנט און דרײַ הונדערט אָװנטן און פֿרימאָרגנס; דענצמאָל װעט דאָס הײליקטום קומען צו זײַן רעכט.
15
און עס איז געװען, װי איך, דניאל, האָב געזען די זעונג, און האָב געזוכט צו פֿאַרשטײן, ערשט אַקעגן מיר שטײט אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון אַ מאַן.
16
און איך האָב געהערט דעם קָול פֿון אַ מענטשן איבערן אולַי, און ער האָט אױסגערופֿן און האָט געזאָגט: גַבֿריאֵל, גיב דעם דאָזיקן צו פֿאַרשטײן די זעונג.
17
איז ער צוגעקומען לעבן װוּ איך בין געשטאַנען, און װי ער איז צוגעקומען, אַזױ בין איך דערשראָקן געװאָרן, און בין געפֿאַלן אױף מײַן פּנים; האָט ער צו מיר געזאָגט: פֿאַרשטײ, דו מענטשנקינד, װאָרום פֿאַר דער צײַט פֿון קֶץ איז די זעונג.
18
און װי ער האָט צו מיר גערעדט, בין איך אַנטשלאָפֿן געװאָרן אױף מײַן פּנים צו דער ערד; האָט ער מיך אָנגערירט, און האָט מיך װידער אױפֿגעשטעלט װוּ איך בין געשטאַנען.
19
און ער האָט געזאָגט: זע, איך מאַך דיך װיסן װאָס װעט געשען אין סָוף פֿון דעם צאָרן, װאָרום דאָס איז פֿאַר דער צײַט פֿון קֶץ.
20
דער װידער װאָס דו האָסט געזען, מיט די צװײ הערנער, דאָס זײַנען די מלכים פֿון מָדַי און פּרַס.
21
און דער האָריקער באָק איז דער מלך פֿון יָוָן; און דער גרױסער האָרן װאָס צװישן זײַנע אױגן, דאָס איז דער ערשטער מלך.
22
און דער צעבראָכענער װאָס אױף זײַן אָרט זײַנען אױפֿגעשטאַנען פֿיר [באַטײט]: פֿיר מלוכות װעלן אױפֿשטײן פֿון דעם פֿאָלק,
23
אָבער אָן זײַן מאַכט. און אין סָוף פֿון זײער מלוכה, אַז די פֿאַרברעכער װעלן האָבן אױסגעפֿירט, װעט אױפֿשטײן אַ מלך מיט אַ פֿאַרשײַטן פּנים, װאָס פֿאַרשטײט זיך אױף ליסטיקײטן.
24
און זײַן מאַכט װעט זײַן גרױס, אָבער ניט מיט זײַן אײגענעם כּוֹח; און ער װעט װוּנדערלעך צעשטערן, און װעט באַגליקן און אױפֿטאָן; און ער װעט אומברענגען די מאַכטיקע, און דאָס פֿאָלק פֿון הײליקע.
25
און דורך זײַן שׂכל װעט ער באַגליקן אין דעם באַטרוג פֿון זײַן האַנט; און ער װעט זיך גרײסן אין זײַן האַרצן, און אין מיטן פֿון שלום װעט ער אומברענגען פֿיל, און אַקעגן דעם האַר פֿון די האַרן װעט ער זיך שטעלן; אָבער אָן עמיצנס האַנט װעט ער צעבראָכן װערן.
26
און די זעונג פֿון די אָװנטן און פֿרימאָרגנס װאָס איז אָנגעזאָגט געװאָרן איז אמת; אָבער דו באַהאַלט די זעונג, װאָרום דאָס איז אױף פֿיל טעג אַרום.
27
און איך, דניאל, בין פֿיל טעג געװען צעבראָכן און קראַנק; דערנאָך בין איך אױפֿגעשטאַנען, און האָב געטאָן די אַרבעט פֿאַרן מלך; און איך בין געװען אַ צעגרױלטער פֿון דער זעונג, אָבער קײנער האָט ניט געמערקט.