אידיש
1
אין ערשטן יאָר פֿון בלשאַצַר דעם מלך פֿון בבֿל, האָט דניאל געזען אַ חלום, און זעונגען פֿון זײַן קאָפּ אױף זײַן געלעגער; דענצמאָל האָט ער אױפֿגעשריבן דעם חלום, און האָט דערצײלט דעם עיקר פֿון דער זאַך.
2
דניאל האָט אָנגעהױבן און דערצײלט: איך האָב געזען אין מײַן זעואנג בײַ נאַכט, ערשט די פֿיר װינטן פֿון הימל האָבן אױסגעבראָכן אױפֿן גרױסן ים.
3
און פֿיר גרױסע חיות זײַנען אַרױסגעקומען פֿון ים, אײנע אַנדערש פֿון דער אַנדערער.
4
די ערשטע איז געװען אַזױ װי אַ לײב, און פֿליגלען פֿון אַן אָדלער האָט זי געהאַט; איך האָב געקוקט ביז אירע פֿליגלען זײַנען אױסגעפֿליקט געװאָרן, און זי איז אױפֿגעהױבן געװאָרן פֿון דער ערד, און איז אַװעקגעשטעלט געװאָרן אױף צװײ פֿיס אַזױ װי אַ מענטש, און אַ האַרץ פֿון אַ מענטשן איז איר געגעבן געװאָרן.
5
און זע, אַן אַנדער חיה, אַ צװײטע, איז געװען געגליכן צו אַ בער, און זי איז געשטעלט געװאָרן אױף אײן זײַט, און דרײַ ריפּן זײַנען געװען אין איר מױל צװישן אירע צײנער; און אַזױ האָט מען צו איר געזאָגט: שטײ אױף, עס פֿלײש אַ סך.
6
דערנאָך האָב איך געזען, ערשט אַן אַנדערע, אַזױ װי אַ לעמפּערט; און זי האָט געהאַט פֿיר פֿליגלען פֿון אַ פֿױגל אױף איר רוקן, און פֿיר קעפּ האָט די חיה געהאַט; און געװעלטיקײט איז איר געגעבן געװאָרן.
7
דערנאָך האָב איך געזען אין די זעונגען פֿון דער נאַכט, ערשט אַ פֿירטע חיה, שרעקלעך און מוֹראדיק, און געװאַלטיק שטאַרק; און גרױסע אײַזערנע צײנער האָט זי געהאַט; זי האָט געגעסן און האָט צעמאָלן, און דעם רעשט האָט זי צעטראָטן מיט אירע פֿיס; און זי איז געװען אַנדערש פֿון אַלע חיות װאָס פֿאַר איר, און צען הערנער האָט זי געהאַט.
8
האָב איך באַטראַכט די הערנער, ערשט אַן אַנדער האָרן, אַ קלײנער, איז אַרױסגעװאַקסן צװישן זײ, און דרײַ פֿון די פֿאָדערשטע הערנער זײַנען אױסגעריסן געװאָרן פֿון פֿאַר אים; און זע, אױגן אַזױ װי די אױגן פֿון אַ מענטשן זײַנען געװען אין דעם דאָזיקן האָרן, און אַ מױל װאָס האָט גערעדט גרױס.
9
איך האָב געקוקט ביז טראָנען האָט מען אױפֿגעשטעלט, און אַן אַלטבאַטאָגטער האָט זיך געזעצט; זײַן מלבוש איז געװען װי װײַסער שנײ, און די האָר פֿון זײַן קאָפּ װי לױטערע װאָל; זײַן טראָן איז געװען פֿלאַמען פֿײַער, די רעדער דערפֿון, ברענעדיק פֿײַער.
10
אַ טײַך פֿײַער האָט אַרױסגעשטראָמט, און איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר אים; טױזטן מאָל טױזנט האָבן אים באַדינט, און צען טױזנט מאָל צען טױזנט זײַנען פֿאַר אים געשטאַנען; אַ בית-דין איז געזעסן, און ביכער זײַנען געװען געעפֿנט.
11
האָב איך דענצמאָל געקוקט פֿון װעגן דעם קָול פֿון די גרױסע װערטער װאָס דער האָרן האָט גערעדט – איך האָב געקוקט ביז די חיה איז געטײט געװאָרן, און איר לײַב איז פֿאַרטיליקט געװאָרן, און איבערגעגעבן געװאָרן צום בראַנד פֿון פֿײַער.
12
און פֿון די איבעריקע חיות האָט מען אָפּגעטאָן זײער געװעלטיקײט, אָבער אַ פֿאַרלענגערונג פֿון לעבן איז זײ געגעבן געװאָרן ביז אַ צײַט און שעה.
13
איך האָב געזען אין זעונגען פֿון דער נאַכט, ערשט אױף װאָלקנס פֿון הימל איז אָנגעקומען אַזױ װי אַ מענטשנקינד, און ביז דעם אַלטבאַטאָגטן האָט ער דערגרײכט, און מע האָט אים געבראַכט פֿאַר אים.
14
און אים איז געגעבן געװאָרן געװעלטיקײט, און כּבֿוד, און מלוכה, אַז אַלע פֿעלקער, אומות, און לשוֹנות, זאָלן דינען צו אים; זײַן געװעלטיקײט אַן אײביקע געװעלטיקײט, װאָס פֿאַרגײט ניט, און זײַן מלוכה, אַזאַ װאָס װערט ניט צעשטערט.
15
איז מיר, דניאל, באַטריבט געװאָרן מײַן געמיט אין לײַב, און די זעונגען פֿון מײַן קאָפּ האָבן מיך געשראָקן.
16
האָב איך גענענט צו אײנעם פֿון די װאָס זײַנען געשטאַנען דערבײַ, און איך האָב געפֿרעגט די ריכטיקײט װעגן דעם אַלעם, און ער האָט מיר דערצײלט, און האָט מיך געמאַכט װיסן דעם פּיתרון פֿון די זאַכן:
17
די דאָזיקע גרױסע חיות, װאָס זײַנען פֿיר, זײַנען פֿיר מלכים װאָס װעלן אױפֿשטײן אױף דער ערד.
18
אָבער די הײליקע פֿון דעם העכסטן װעלן איבערנעמען די מלוכה, און זײ װעלן האַלטן די מלוכה ביז אײביקײט און ביז אײביקאײביקײטן.
19
דענצמאָל האָב איך געװאָלט װיסן די ריכטיקײט װעגן דער פֿירטער חיה, װאָס איז געװען אַנדערש פֿון זײ אַלעמען- זײער מוֹראדיק, װאָס אירע צײנער זײַנען געװען פֿון אײַזן, און אירע נעגל פֿון קופּער, װאָס האָט געגעסן, צעמאָלן, און דעם רעשט צעטראָטן מיט אירע פֿיס;
20
און װעגן די צען הערנער װאָס אױף איר קאָפּ, און דעם אַנדערן װאָס איז אױסגעװאַקסן, און דרײַ זײַנען אַרױסגעפֿאַלן פֿון פֿאַר אים – דעם דאָזיקן האָרן װאָס האָט געהאַט אױגן, און אַ מױל װאָס האָט גערעדט גרױס, און זײַן אױסזען איז געװען גרעסער װי פֿון זײַנע חבֿרים.
21
איך האָב געזען װי דער דאָזיקער האָרן האָט געמאַכט אַ מלחמה מיט די הײליקע, און איז זײ בײַגעקומען;
22
ביז דער אַלטבאַטאָגטער איז געקומען, און רעכט איז געגעבן געװאָרן די הײליקע פֿון דעם העכסטן, און די צײַט איז געקומען, און די מלוכה האָבן פֿאַרנומען די הײליקע.
23
האָט ער אַזױ געזאָגט: די פֿירטע חיה באַטײט: אַ פֿירטע מלוכה װעט זײַן אױף דער ערד, װאָס װעט זײַן אַנדערש פֿון אַלע מלוכות, און זי װעט פֿאַרצערן די גאַנצע ערד, און װעט זי צעטרעטן און צעמאָלן.
24
און די צען הערנער באַטײטן: פֿון דער דאָזיקער מלוכה װעלן אױפֿשטײן צען מלכים, און נאָך אַן אַנדערער װעט אױפֿשטײן נאָך זײ, און ער װעט זײַן אַנדערש פֿון די פֿריערדיקע, און דרײַ מלכים װעט ער אַראָפּװאַרפֿן.
25
און װערטער אַקעגן דעם העכסטן װעט ער רעדן, און די הײליקע פֿון דעם העכסטן װעט ער מאַטערן, און ער װעט טראַכטן צו ענדערן די צײַטן און דאָס געזעץ; און זײ װעלן איבערגעגעבן װערן אין זײַן האַנט, ביז אַ צײַט און צײַטן און אַ האַלבע צײַט.
26
אָבער אַ בית-דין װעט זיצן, און זײַן געװעלטיקײט װעט מען אַװעקנעמען, כּדי זי צו פֿאַרטיליקן און אונטערברענגען ביזן סָוף.
27
און די מלוכה, און די געװעלטיקײט, און די גרױסקײט פֿון די קיניגרײַכן אונטערן גאַנצן הימל, װעט איבערגעגעבן װערן צו דעם פֿאָלק פֿון הײליקע פֿון דעם העכסטן; זײער מלוכה װעט זײַן אַן אײביקע מלוכה, און אַלע געװעלטיקער װעלן דינען און געהאָרכן צו זײ.
28
ביז דאַנען איז דער סָוף פֿון דער זאַך. מיך, דניאל, האָבן מײַנע רעיוֹנות זײער געשראָקן, און מײַן פֿאַרב האָט זיך אױף מיר געביטן, און איך האָב די זאַך באַהאַלטן אין מײַן האַרצן.