אידיש
1
און אין יענער צײַט װעט אױפֿשטײן מיכָאֵל, דער גרױסער שַׂר, װאָס שטײט פֿאַר די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק, און עס װעט זײַן אַ צײַט פֿון נױט װאָס איז ניט געװען פֿון זינט עס איז דאָ אַן אומה ביז יענער צײַט. און אין יענער צײַט װעט דײַן פֿאָלק ניצול װערן, איטלעכער װאָס איז פֿאַרשריבן אין דעם בוך.
2
און פֿיל פֿון די װאָס שלאָפֿן אין דעם שטױב פֿון דער ערד, װעלן זיך אױפֿכאַפּן, טײל צו אײביקן לעבן, און טײל צו שאַנדן, צו אײביקן עקל.
3
און די פֿאַרשטאַנדיקע װעלן גלאַנצן אַזױ װי דער גלאַנץ פֿון הימל, און די װאָס האָבן געבראַכט פֿיל צו גערעכטיקײט, אַזױ װי די שטערן אױף אײביק און שטענדיק.
4
און דו, דניאל, באַהאַלט די װערטער, און פֿאַרחתמע דאָס בוך ביז דער צײַט פֿון קֶץ; פֿיל װעלן אַרומװאַנדערן הין און הער, און די קענשאַפֿט װעט זיך מערן.
5
און איך, דניאל, האָב געזען, ערשט צװײ אַנדערע זײַנען געשטאַנען, אײנער בײַם ברעג טײַך פֿון דער זײַט, און אײנער בײַם ברעג טײַך פֿון יענער זײַט.
6
און אײנער האָט געזאָגט צו דעם מאַן אָנגעקלײדט אין לײַנען, װאָס איז געװען איבער די װאַסערן פֿון טײַך: װי לאַנג ביז דעם װוּנדערלעכן קֶץ?
7
און איך האָב געהערט דעם מאַן אָנגעקלײדט אין לײַנען, װאָס איבער די װאַסערן פֿון טײַך, װי ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן רעכטע האַנט און זײַן לינקע צום הימל, און האָט געשװאָרן בײַ דעם װאָס לעבט אײביק, אַז דאָס איז ביז אַ צײַט, צײַטן, און אַ האַלב; און װען מע ענדיקט צעפּיצלען די מאַכט פֿון דעם הײליקן פֿאָלק, װעט זיך ענדיקן דאָס אַלץ.
8
און איך האָב געהערט, אָבער איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען; האָב איך געזאָגט: מײַן האַר, װאָס װעט זײַן דער סָוף דערפֿון?
9
האָט ער געזאָגט: גײ, דניאל, װאָרום באַהאַלטן און פֿאַרחתמעט זײַנען די װערטער ביז דער צײַט פֿון קֶץ.
10
פֿיל װעלן געקלערט און גערײניקט און געלײַטערט װערן, אָבער די שלעכטע װעלן טאָן שלעכטס, און אַלע שלעכטע װעלן ניט פֿאַרשטײן; אָבער די פֿאַרשטאַנדיקע װעלן פֿאַרשטײן.
11
און פֿון דער צײַט װאָס דער שטענדיקער קרבן װעט אָפּגעטאָן װערן, און מע װעט אױפֿשטעלן די אומװערדיקײט װאָס צעגרױלט, װעט זײַן טױזנט צװײ הונדערט און נײַנציק טעג.
12
װױל צו דעם װאָס האַרט און װעט דערגרײכן ביז טױזנט דרײַ הונדערט און פֿינף און דרײַסיק טעג.
13
און דו גײ, ביז צום קֶץ; און װעסט קומען צו דײַן רו, און װעסט אױפֿשטײן צו דײַן גוֹרל אין סָוף פֿון די טעג.