Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און איך האָב װידער געזען אַלע רױבערײַען װאָס װערן אָפּגעטאָן אונטער דער זון. און אָט זײַנען די טרערן פֿון די געדריקטע, און ניטאָ װער זאָל זײ טרײסטן; און אױף דער זײַט פֿון זײערע דריקער איז די מאַכט, און ניטאָ װער זאָל זײ טרײסטן. 2 דרום האַלט איך די טױטע װאָס זײַנען שױן געשטאָרבן פֿאַר גליקלעכער פֿון די לעבעדיקע װאָס לעבן נאָך. 3 און בעסער פֿון זײ בײדן איז דעם װאָס איז נאָך ניט געװען, װאָס האָט ניט געזען די שלעכטע מעשׂים װאָס װערן אָפּגעטאָן אונטער דער זון. 4 און איך האָב געזען יעטװעדער מי, און יעטװעדער בריהשאַפֿט אין אַרבעט, אַז דאָס איז אױס קנאה פֿון אײנעם צום אַנדערן. דאָס אױך איז נישטיקײט און װינטיאָגעניש. 5 דער נאַר פֿאַרלײגט זײַנע הענט, און עסט זײַן אײגן פֿלײש. 6 בעסער אַ האַנטפֿול מנוחה, אײדער פֿולע הױפֿנס מי און װינטיאָגעניש. 7 און איך האָב װידער געזען נישטיקײט אונטער דער זון. 8 פֿאַראַן אײנער, אָן אַ צװײטן צו זיך; צו מאָל אַ זון אָדער אַ ברודער האָט ער ניט, פֿון דעסט װעגן איז ניטאָ קײן ענד צו זײַן מיִעניש, און זײַן אױג קען זיך ניט אָנזעטן מיט עשירות; ״און פֿאַר װעמען מי איך מיך, און מינער זיך פֿון גוטס?״ דאָס אױך איז נישטיקײט, און עס איז אַ שלעכטער ענין. 9 בעסער צװײ אײדער אײנער, װאָרום זײ האָבן אַ גוטן לױן פֿאַר זײער מי. 10 װאָרום אַז זײ פֿאַלן, הײבט אײנער אױף דעם אַנדערן, אָבער װײ צו דעם אײנצלנעם װאָס פֿאַלט, און ניטאָ אַ צװײטער אים אױפֿצוהײבן. 11 דאָס גלײַכן אַז צװײ ליגן באַנאַנד, איז זײ װאַרעם, אָבער אײנעם װי קען װאַרעם װערן? 12 און אױב עמעצער קען איבערשטאַרקן דעם אײנעם, װעלן אָבער צװײ זיך שטעלן קעגן אים. און אַ דרײַעדיקער פֿאָדים װעט ניט אױף גיך צעריסן װערן. 13 בעסער אַן אָרים ייִנגל און אַ חכם, אײדער אַן אַלטער מלך און אַ נאַר, װאָס װײס ניט מער צו זײַן אָפּגעהיט. 14 װאָרום פֿון געפֿענקעניש איז יענער אַרױסגעגאַנגען צו װערן אַ מלך, הגם ער איז געבאָרן געװאָרן אָרים, אונטער דעמס מלוכה. 15 איך האָב געזען אַלע לעבעדיקע װאָס גײען אונטער דער זון, האַלטן מיט דעם ייִנגל, דעם צװײטן װאָס שטײט אױף זײַן אָרט; 16 ניט געװען קײן ענד צו אַל דעם פֿאָלק, צו אַלע װאָס ער איז געװען זײער אָנפֿירער; פֿון דעסט װעגן װעלן די שפּעטערדיקע זיך ניט פֿרײען מיט אים. יאָ, דאָס אױך איז נישטיקײט און װינטיאָגעניש. 17 היט דײַן פֿוס, אַז דו גײסט אין גאָטס הױז, װאָרום געהאָרכן איז אָנגעלײגטער, װי װאָס די נאַרן גיבן אַ שלאַכטאָפּפֿער; הגם זײ װײסן ניט אַז זײ טוען שלעכט.
עברית
1 וְשַׁ֣בְתִּֽי אֲנִ֗י וָאֶרְאֶה֙ אֶת־כָּל־הָ֣עֲשֻׁקִ֔ים אֲשֶׁ֥ר נַעֲשִׂ֖ים תַּ֣חַת הַשָּׁ֑מֶשׁ וְהִנֵּ֣ה דִּמְעַ֣ת הָעֲשֻׁקִ֗ים וְאֵ֤ין לָהֶם֙ מְנַחֵ֔ם וּמִיַּ֤ד עֹֽשְׁקֵיהֶם֙ כֹּ֔חַ וְאֵ֥ין לָהֶ֖ם מְנַחֵֽם׃ 2 וְשַׁבֵּ֧חַ אֲנִ֛י אֶת־הַמֵּתִ֖ים שֶׁכְּבָ֣ר מֵ֑תוּ מִן־הַ֣חַיִּ֔ים אֲשֶׁ֛ר הֵ֥מָּה חַיִּ֖ים עֲדֶֽנָה׃ 3 וְטוֹב֙ מִשְּׁנֵיהֶ֔ם אֵ֥ת אֲשֶׁר־עֲדֶ֖ן לֹ֣א הָיָ֑ה אֲשֶׁ֤ר לֹֽא־רָאָה֙ אֶת־הַמַּעֲשֶׂ֣ה הָרָ֔ע אֲשֶׁ֥ר נַעֲשָׂ֖ה תַּ֥חַת הַשָּֽׁמֶשׁ׃ 4 וְרָאִ֨יתִֽי אֲנִ֜י אֶת־כָּל־עָמָ֗ל וְאֵת֙ כָּל־כִּשְׁר֣וֹן הַֽמַּעֲשֶׂ֔ה כִּ֛י הִ֥יא קִנְאַת־אִ֖ישׁ מֵרֵעֵ֑הוּ גַּם־זֶ֥ה הֶ֖בֶל וּרְע֥וּת רֽוּחַ׃ 5 הַכְּסִיל֙ חֹבֵ֣ק אֶת־יָדָ֔יו וְאֹכֵ֖ל אֶת־בְּשָׂרֽוֹ׃ 6 ט֕וֹב מְלֹ֥א כַ֖ף נָ֑חַת מִמְּלֹ֥א חָפְנַ֛יִם עָמָ֖ל וּרְע֥וּת רֽוּחַ׃ 7 וְשַׁ֧בְתִּי אֲנִ֛י וָאֶרְאֶ֥ה הֶ֖בֶל תַּ֥חַת הַשָּֽׁמֶשׁ׃ 8 יֵ֣שׁ אֶחָד֩ וְאֵ֨ין שֵׁנִ֜י גַּ֣ם בֵּ֧ן וָאָ֣ח אֵֽין־ל֗וֹ וְאֵ֥ין קֵץ֙ לְכָל־עֲמָל֔וֹ גַּם־עיניו לֹא־תִשְׂבַּ֣ע עֹ֑שֶׁר וּלְמִ֣י אֲנִ֣י עָמֵ֗ל וּמְחַסֵּ֤ר אֶת־נַפְשִׁי֙ מִטּוֹבָ֔ה גַּם־זֶ֥ה הֶ֛בֶל וְעִנְיַ֥ן רָ֖ע הֽוּא׃ 9 טוֹבִ֥ים הַשְּׁנַ֖יִם מִן־הָאֶחָ֑ד אֲשֶׁ֧ר יֵשׁ־לָהֶ֛ם שָׂכָ֥ר ט֖וֹב בַּעֲמָלָֽם׃ 10 כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃ 11 גַּ֛ם אִם־יִשְׁכְּב֥וּ שְׁנַ֖יִם וְחַ֣ם לָהֶ֑ם וּלְאֶחָ֖ד אֵ֥יךְ יֵחָֽם׃ 12 וְאִֽם־יִתְקְפוֹ֙ הָאֶחָ֔ד הַשְּׁנַ֖יִם יַעַמְד֣וּ נֶגְדּ֑וֹ וְהַחוּט֙ הַֽמְשֻׁלָּ֔שׁ לֹ֥א בִמְהֵרָ֖ה יִנָּתֵֽק׃ 13 ט֛וֹב יֶ֥לֶד מִסְכֵּ֖ן וְחָכָ֑ם מִמֶּ֤לֶךְ זָקֵן֙ וּכְסִ֔יל אֲשֶׁ֛ר לֹא־יָדַ֥ע לְהִזָּהֵ֖ר עֽוֹד׃ 14 כִּֽי־מִבֵּ֥ית הָסוּרִ֖ים יָצָ֣א לִמְלֹ֑ךְ כִּ֛י גַּ֥ם בְּמַלְכוּת֖וֹ נוֹלַ֥ד רָֽשׁ׃ 15 רָאִ֙יתִי֙ אֶת־כָּל־הַ֣חַיִּ֔ים הַֽמְהַלְּכִ֖ים תַּ֣חַת הַשָּׁ֑מֶשׁ עִ֚ם הַיֶּ֣לֶד הַשֵּׁנִ֔י אֲשֶׁ֥ר יַעֲמֹ֖ד תַּחְתָּֽיו׃ 16 אֵֽין־קֵ֣ץ לְכָל־הָעָ֗ם לְכֹ֤ל אֲשֶׁר־הָיָה֙ לִפְנֵיהֶ֔ם גַּ֥ם הָאַחֲרוֹנִ֖ים לֹ֣א יִשְׂמְחוּ־ב֑וֹ כִּֽי־גַם־זֶ֥ה הֶ֖בֶל וְרַעְי֥וֹן רֽוּחַ׃ 17 שְׁמֹ֣ר רגליך כַּאֲשֶׁ֤ר תֵּלֵךְ֙ אֶל־בֵּ֣ית הָאֱלֹהִ֔ים וְקָר֣וֹב לִשְׁמֹ֔עַ מִתֵּ֥ת הַכְּסִילִ֖ים זָ֑בַח כִּֽי־אֵינָ֥ם יוֹדְעִ֖ים לַעֲשׂ֥וֹת רָֽע׃