Yiddish
Hebrew
אידיש
1 לאָז אַװעק דײַן ברױט אױפֿן װאַסער, װאָרום אין פֿיל טעג אַרום װעסטו עס געפֿינען. 2 צעטײל אַ חלק אױף זיבן, און אַפֿילו אױף אַכט, װאָרום װײסט ניט װאָס פֿאַר אַ בײז עס קען זײַן אױף דער ערד. 3 אַז די װאָלקן װערן פֿול מיט רעגן, לײדיקן זײ זיך אױס אױף דער ערד; און סײַ אַ בױם פֿאַלט אין צפֿון און סײַ אין דָרום – אין אָרט װוּ דער בױם פֿאַלט, דאָרטן װעט ער בלײַבן. 4 דער װאָס פּאַסט-אױף דעם װינט װעט ניט זײען, און דער װאָס קוקט אױף די װאָלקנס װעט ניט שנײַדן. 5 אַזױ װי דו װײסט ניט װאָס איז דער װעג פֿון דעם װינט, אָדער װי עס װערן בײנער אין לײַב פֿון אַ טראָגעדיקער, אַזױ װײסטו ניט די טוּונג פֿון גאָטװאָס טוט אַלצדינג. 6 אין פֿרימאָרגן זײ דײַן זאָמען, און אין אָװנט זאָלסטו ניט אָפּלאָזן דײַן האַנט, װאָרום דו װײסט ניט װאָסערס װעט געראָטן, דאָס אָדער יענס, אָדער בײדע באַגלײַך װעלן זײַן גוט. 7 און זיס איז די ליכטיקײט, און גוט איז פֿאַר די אױגן צו זען די זון. 8 װאָרום װיפֿיל יאָרן דער מענטש זאָל לעבן, זאָל ער אין זײ אַלע זײַן פֿרײלעך; און זאָל ער געדענקען די טעג פֿון פֿינצטערניש, אַז זײ װעלן זײַן פֿיל. אַלץ װאָס געשעט איז נישטיקײט. 9 פֿרײ זיך, בחור, אין דײַן יוגנט, און לאָז װױל גײן דײַן האַרץ אין דײַנע בָחורשע טעג, און גײ אין די װעגן פֿון דײַן האַרצן, און נאָך דער זעונג פֿון דײַנע אױגן; אָבער זײַ װיסן אַז פֿאַר אַלעם דעםװעט גאָט דיך ברענגען צום משפּט. 10 און טו אָפּ ערגערניש פֿון דײַן האַרצן, און האַלט אָפּ בײז פֿון דײַן לײַב, װאָרום ייִנגלשאַפֿט און יוגנט זײַנען אַ הױך.
עברית
1 שַׁלַּ֥ח לַחְמְךָ֖ עַל־פְּנֵ֣י הַמָּ֑יִם כִּֽי־בְרֹ֥ב הַיָּמִ֖ים תִּמְצָאֶֽנּוּ׃ 2 תֶּן־חֵ֥לֶק לְשִׁבְעָ֖ה וְגַ֣ם לִשְׁמוֹנָ֑ה כִּ֚י לֹ֣א תֵדַ֔ע מַה־יִּהְיֶ֥ה רָעָ֖ה עַל־הָאָֽרֶץ׃ 3 אִם־יִמָּלְא֨וּ הֶעָבִ֥ים גֶּ֙שֶׁם֙ עַל־הָאָ֣רֶץ יָרִ֔יקוּ וְאִם־יִפּ֥וֹל עֵ֛ץ בַּדָּר֖וֹם וְאִ֣ם בַּצָּפ֑וֹן מְק֛וֹם שֶׁיִּפּ֥וֹל הָעֵ֖ץ שָׁ֥ם יְהֽוּא׃ 4 שֹׁמֵ֥ר ר֖וּחַ לֹ֣א יִזְרָ֑ע וְרֹאֶ֥ה בֶעָבִ֖ים לֹ֥א יִקְצֽוֹר׃ 5 כַּאֲשֶׁ֨ר אֵֽינְךָ֤ יוֹדֵ֙עַ֙ מַה־דֶּ֣רֶךְ הָר֔וּחַ כַּעֲצָמִ֖ים בְּבֶ֣טֶן הַמְּלֵאָ֑ה כָּ֗כָה לֹ֤א תֵדַע֙ אֶת־מַעֲשֵׂ֣ה הָֽאֱלֹהִ֔ים אֲשֶׁ֥ר יַעֲשֶׂ֖ה אֶת־הַכֹּֽל׃ 6 בַּבֹּ֙קֶר֙ זְרַ֣ע אֶת־זַרְעֶ֔ךָ וְלָעֶ֖רֶב אַל־תַּנַּ֣ח יָדֶ֑ךָ כִּי֩ אֵֽינְךָ֨ יוֹדֵ֜ע אֵ֣י זֶ֤ה יִכְשָׁר֙ הֲזֶ֣ה אוֹ־זֶ֔ה וְאִם־שְׁנֵיהֶ֥ם כְּאֶחָ֖ד טוֹבִֽים׃ 7 וּמָת֖וֹק הָא֑וֹר וְט֥וֹב לַֽעֵינַ֖יִם לִרְא֥וֹת אֶת־הַשָּֽׁמֶשׁ׃ 8 כִּ֣י אִם־שָׁנִ֥ים הַרְבֵּ֛ה יִחְיֶ֥ה הָאָדָ֖ם בְּכֻלָּ֣ם יִשְׂמָ֑ח וְיִזְכֹּר֙ אֶת־יְמֵ֣י הַחֹ֔שֶׁךְ כִּֽי־הַרְבֵּ֥ה יִהְי֖וּ כָּל־שֶׁבָּ֥א הָֽבֶל׃ 9 שְׂמַ֧ח בָּח֣וּר בְּיַלְדוּתֶ֗יךָ וִֽיטִֽיבְךָ֤ לִבְּךָ֙ בִּימֵ֣י בְחוּרוֹתֶ֔ךָ וְהַלֵּךְ֙ בְּדַרְכֵ֣י לִבְּךָ֔ וּבְמַרְאֵ֖י עֵינֶ֑יךָ וְדָ֕ע כִּ֧י עַל־כָּל־אֵ֛לֶּה יְבִֽיאֲךָ֥ הָאֱלֹהִ֖ים בַּמִּשְׁפָּֽט׃ 10 וְהָסֵ֥ר כַּ֙עַס֙ מִלִּבֶּ֔ךָ וְהַעֲבֵ֥ר רָעָ֖ה מִבְּשָׂרֶ֑ךָ כִּֽי־הַיַּלְד֥וּת וְהַֽשַּׁחֲר֖וּת הָֽבֶל׃